דינסטאג פ' כי תשא • י"ח אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
טויזנטער חסידי סאטמאר האבן דעם פארגאנגענעם ליל שישי מיטגעהאלטן פרייליכע און דערהויבענע מאמענטן ביים גרויסן "ּפורים קטן טיש" וואס איז אפגעראכטן געווארן בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א במעמד אלופי אלפי ישראל חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל יחד לשמוח בשמחת היום.
דער היי יעריגער פורים קטן טיש איז שוין די צווייטע מאל וואס איז פארגעקומען זינט עס איז נתחדש געווארן דער געדאנק צו אפרעכטן דעם טיש אויף א דערהויבענע שטייגער, ביים פארלאפענעם שנת העיבור צוויי יאר צוריק פורים קטן תשפ"ב.
דער ביהמ"ד הגדול וסניפי' איז געווארן אויסגעשטעלט אויף א מאסיווע פַארנעם, צו קענען אריינעמען דעם ריזן ציבור חסידי סאטמאר פונעם גאנצן שטאט און פון אנדערע מקומות, וואס זענען געקומען צופארן מיטצוהאלטן דעם טיש. דער טיש איז געווען קאמבנירט מיטן סיום מסכת חולין אינערהאלב חבורת "תורתך שעשועי", און מען האט זיך משמח געווען אויף א דערהויבענעם פַארנעם בשירה וזמרה, אין שפיץ פון די בעלי השיר די סאטמארע קאפעליע וועלכע האבן מהנה געווען בשירה וזמרה.
אום ניין אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור, ביים אנקומען איז דער רבי געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ, און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה מיט ניגוני פורים, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט די סיום אויף מסכת חולין און געזאגט קדיש, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה און דערנאך אויפגעגעבן ווייטער די מאכלים.
במשך דעם טיש האט מען עטליכע מאל געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן וועלכע האט משמיע געווען דברי אגדה והתחזקות לכבוד היום ווען דער ציבור לאלפים שלינגט מיט דורשט די דברים נחמדים און שיינע טייטשן מפום ממלל רברבן. בתוך דבריו האט די רבי ארומגערעדט איבער די שמחה פון די חברי החבורה פון תורתך שעשועי וועלכע האבן מסיים געווען מסכת חולין און מען גרייט זיך שוין בקרוב צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, דערנאך האט דער רבי ארומגערעט איבער די הכנה רבה וואס מען דארף זיך צוגרייטן צו יו"ט פורים הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען דעם ספר הק' קדושת לוי אויף פורים אזוי ווי מען האט געלערנט פאר חנוכה, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די ניגון 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער' וואס איז נתחבר געווארן דורכן הייליגן קדושת לוי זי"ע.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען ארומרעדענדיג די עבודה וואס צדיקים האבן געהאט מיט די כח הנגינה אזוי ווי מען האט געזען ביים ייטב לב זי"ע אז ער האט גענומען די הייליגע ניגון פון קדושת לוי זי"ע און עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער פון וכך היה מונה, און די זעלבע האט מען געזען ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס פלעגט זיך אינטערזינגען הייליגע תנועות אין פארשידענע צייטן, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מען נעמט הייליגע ניגונים און מען פארגרעבט עס און מען זינגט עס אראפ ווילד און גויאיש און דער רבי האט געבעטן די מנגנים זאלן מסביר זיין פארן ציבור די חילוק פון זינגען א ניגון ערליך און גויאיש, און מען האט אויפגעשפילט עטליכע ניגונים געזינגען אויף ביידע אופנים, און דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג 'אם אין דעת הבדלה מנין' אבער אז מען ווייסט יא דארף מען זען אנצוהאלטן די הבדלה אויף אלע אופנים סיי מיט די לבוש און סיי מיט די מוזיק, און פארענדיגט בברכת קדשו.
ביי די דריטע דברות קודש האט דער רבי פארציילט א מעשה פונעם הייליגן חוזה מלובלין וואס האט אמאל ביי שלו"ס פרשת תצוה געטייטשט אויפן פסוק 'ועשית משבצות זהב' אז מען זאל מאכן קעסטעלעך פון גאלד און אנגעוואונטשן גרויס שפע פארן ציבור, האט דער רבי מסביר געווען אז סעודה שלישית איז אנטקעגן יעקב אבינו וואס יעקב אבינו האט באקומען די ברכה צו משפיע זיין פרנסה במילא האט דער רבי פון לובלין געקענט משפיע זיין פרנסה ביי שלו"ס, דער אריה"ק זאגט אז מרדכי הצדיק איז געווען א גולגל פון יעקב אבינו במילא יעצט פורים קטן איז זיכער אז מרדכי הצדיק איז משפיע גרויס שפע פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מכבד געווען די אלע וואס הייסן יעקב ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמענעמען געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה צוועק, און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נָאך די דברות קודש איז פארגעקומען א פורים שפיל געשפילט דורך ר' יעקב הערש צין הי"ו און ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו, וועלכע האבן משמח געווען לכבוד היום, נאכן בענטשן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
Comments