top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב-45 אין לאנדאן לעבן מיט געהויבענע טעג ביי קורצע באזוך פון האד' מבאבוב-45 אין שטאט

מאנטאג פ' בלק • ט' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

בהדרת קודש  האבן חסידי באבוב 45 תושבי לאנדאן הבירה פאריגע וואך באגריסט דעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין לאנדאן  מפאר צו זיין ביי צוויי חתונות פון נכדי הרה"ק בעל 'קדושת ציון' מבאבוב זי"ע, אייניקלעך ביי די ברודער הנגידים המפורסמים למשפ' פרישוואסער שיחי'.


מיטוואך פארמיטאג האט דער רבי שליט"א געלאנדעט על אדמת אייראפע, און איז תיכף צוגעפארן צום סטעמפארד הילל געגענט צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' יחזקאל שלאף אב"ד בילאווע לאנדאן. נאכמיטאג איז די רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים ביים חתונה פון א אייניקל ביי ש"ב הרה"ג ר' שלמה פרישוואסער שליט"א אב"ד סאסוב לאנדאן וראש ישיבת חיי עולם, הכלה טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' יהושע מאיר פרישוואסער רב ביהמ"ד מאורות חיים, די רבי שליט"א האט זיך באגריסט מיט די זיידע כ"ק אדמו"ר ממאדזיץ פלעטבוש שליט"א, און די פעטער'ס האחים האדמורי"ם מסאדיגורא ירושלים און סאדיגורא לאנדאן, ביים חופה איז די רבי מכובד געווארן מיט ברכות ראשונות. אויפדערנאכט האט זיך די רבי שליט"א צוריקגעקערט צום שמחת הנישואין, ווי די רבי האט מפאר געווען בראש המסובים, אפגעראכטן א שולחן לחיים און ארויס אין א רקידה של שמחה, דאן האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, און נאכן מצווה טאנץ איז די רבי געטאנצן מיט די חתן מחותנים און א באזונדערע ריקוד מיטן זיידן ש"ב הרה"ג ר' שלמה פריסוואסער אב"ד סאסוב לאנדאן, און א מחול לצדיקים מיט די אדמורי"ם שליט"א פון מאדזיץ פלעטבוש, סאדיגורא ירושלים און סאדיגורא לאנדאן.


דאנערשטאג צופרי איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד באבוב-45 וועלכע איז סטאנצענירט אין א צייטווייליגע לאקאל בשכינות צום שטח הבניה ווי מען האט נארוואס אנגעהויבן די בוי ארבעט ביים בנין בית מדרש החדש והמפואר דחסידי באבוב 45 אין שטאט, עס האבן מיטגעדאוונט אלע חסידים פון שטאט, תלמידי הישיבה הקטנה, און די תלמידי התלמוד תורה, נאכן דאווענען איז מען דורך שלום נעמען א לענגערע צייט און דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש דברי התעוררות והדרכה, ביים ארויסגיין איז די רבי צוגעגאנגען צום שטח הבניה אין באגלייטונג פון די חשובע עסקנים, און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פארשריט און פלענער.


פארנאכטס איז די רבי ערשינען צום שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי שאר בשרו הנגיד החסיד ר' בן ציון פרישוואסער הי"ו נכד הקדושת ציון, ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא ביים חופה. נאכן חופה איז דער רבי צוגעפארן צו די גאלדערס גרין געגענט, אויף א ספעציעלע באזוך אין ביהמ"ד אהל משה, בראשות שאר בשרו הרב דוד שטערן שליט"א נכד הרה"ק בעל קדושת ציון זי"ע, ווי עס איז פארגעקומען די חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד מיט די באטייליגונג פון די מתפללי הביהמ"ד ותושבי השכונה, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע און זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה.


שפעטער אויפדערנאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט צום סעודת החתונה ווי די רבי האט מפאר געווען בראש המסובים, אפגעראכטן א שולחן לחיים און ארויס אין א רקידה של שמחה. דאן האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, און נאכן מצווה טאנץ איז די רבי געטאנצן מיט די חתן מחותנים און א באזונדערע ריקוד מיטן זיידן ש"ב הנגיד ר' בן ציון פרישוואסער הי"ו. פרייטאג ערב שבת נאך שחרית האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט צום 'קליפטאן וויל' געגענט אין שטאט קענט ענגלאנד ווי די רבי וועט וויילן די קומעדיגע צוויי וואכן אויף מנוחת הנפש.








































































Comments


bottom of page