top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: האד' מבעלזא באשטימט "שבת הגדול מוקדם" אויפ'ן היינטיגן שב"ק תזריע

מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


שטייענדיג נאנט צום יו"ט פסח ווען די רבנים ומורי צדק גרייטן זיך צו געבן די "שבת הגדול דרשה" ווי איינגעפירט בכל תפוצות ישראל, האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אריינגערופן הגאון רבי אלי' שמואל ווינד דומ"ץ בעלזא, וועלכער האט די חזקה יארן לאנג אויפצוטרעטן מיט די "שבת הגדול דרשה" און באפוילן אז דאס יאר זאל ער איבערגעבן די שבת הגדול דרשה שוין דעם שבת פר' תזריע, נישט נעקסטע וואך פר' טהרה.


דאס קומט נאכדעם וואס היי-יאר קומט אויס דער אריגינעלער שבת הגדול זייער נאנט צו פסח, איין טאג פאר יום בדיקת חמץ, און דער ציבור דארף הערן די הלכות אויף יום טוב גענוג פרי צו קענען מאכן די ריכטיגע הכנה לחג, האט דער רב קובע געווען צו פאראויסרוקן די דרשה מיט א וואך, עס זאל בלייבן גענוג צייט ביז פסח זיך צו גרייטן צום יו"ט מיט די אלע וויכטיגע הלכות.


דער דיין שליט"א וועט כמידי שנה בשנה אויפטרעטן מיטן דרשת שבת הגדול, תיכף נאך הבדלה פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים.

bottom of page