דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק י.
דעם דינסטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מפאר געווען בראש השמחה ביי די שמחת הבר מצווה פון א איר אייניקל פון אביו הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע, אייניקל ביים רבינס שוואגער הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקווה, זון פון זיין זון הרב ברוך מוטצען פון ירושלים עיה"ק איידעם ביי הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א.
די געהויבענע פעטער די רבי שליט"א האט באשיינט די שמחה בראש המסובים, און אפגעראכטן א שולחן לחיים, די בר מצווה בחור האט געמאכט א סיום מסכתא, און געזאגט דעם פשעטיל בפלפולי דאורייתא, דערנאך האט די רבי געוואונטשן לחיים פאר די שוואגער'ס גאב"ד קרית הבעל שם טוב, און כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, ווי איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס.
דאן האט די רבי מכבד געווען די שוואגער גאב"ד קרית הבעל שם טוב אויפצוטרעטן מיט דברי ברכה לכבוד די שמחה, ווי ער האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פארן רבי'ן שליט"א אין די מוסדות הקדושים בנשיאותו, ווי זיינע קינדער און אייניקלעך ווערן נתחנך לשם ולתהלה, דערנאך האט די רבי מכבד געווען די בעל שמחה ר' ברוך, און די שוואגער האדמו"ר מצאנז זוועהיל אויפצוטרעטן, און די רבי האט משמיע געווען מדברות קדשו לכבוד המאורע. נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה לכבוד די שמחה, ביים ארויסגיין האט די רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די שוועסטער הרבנית מוטצען.
מיטוואך צופרי למחרת די בר מצוה האט די רבי שליט"א אנגעטוהן תפילין פאר די בר מצוה בחור, און מכבד געווען דעם שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקווה אנצוטוהן די תפילין של ראש.
Komentáře