top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זמן קהילה לכל • הכנות צום חגיגה כ"א כסליו בחצר הקודש סאטמאר‎ אין פולן שוואונג

זונטאג פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר קוקן ארויס מיט שפאנונג אויפ'ן גרעסטן יערליכן צוזאמקום זמן קהילה לכל אין צוגאב צו א רייע מעמדי קודש לשם ולתפארת, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, די גרויסע טאג וואס איז מיוחד ביי חסידי סאטמאר אלס די יום ההודאה, און דערביי שטיצן די הייליגע מוסדות, און ארויסצייגן הכרת הטוב פאר די הנהלת הישיבה וואס טוט צושטעלן דעם מעמד ההוד להנאת כל הקהל הקודש.


בעפאר די מעמד וועט זיין צוגעגרייט א גאר רייכן פראגראם, ספעציעל געווידמעט פאר די טויזנטער בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות, וואו מען וועט אינאיינעם פארברענגען בהלל ובהודאה באגלייט מיט טרעפליכע דרשות אין שמועסן לרגל האי יומא דקא גרים.


ווי אין די פארגאנגענע יארן וועט די געהויבענע חגיגה צוטיילט ווערן אין באזונדערע מעמדים, אין שפיץ פון די געהויבענע חגיגה וועט זיין די צענטראלע סעודת הודאה ליל כ"א כסלו במקהלות אלופי אלפי ישראל, נאכפאלגענדיג מיט א יום שכולו נחת וואו די חשובע הורי התלמידים האבן די געלעגנהייט צו כאפן א שפאציר אין די בניני המוסדות.


דעם קומענדיגן זינטאג וישב אויפדערנאכט וועט געפראוועט ווערן די היסטארישע מעמד כ"א כסלו, חגיגת הצלה ושולחן הטהור לכבוד היום, אינעם גיגאנטישער ״ניו יארק סטעיט ארמארי״ אין קראטנהייטס וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער חסידים פון איבער די גאנצע וועלט ווי יאר יערליך, און פייערן דעם נס ההצלה, ברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל, דעם אוד מוצל מאש וועלכע האט ברוב רחמיו וחסידיו איבערגעלעבט די קריג און אויפגעשטעלט אידישקייט פון פריש.


א וואך דערויף וועט זיין געווידמעט אלס א "יום המוסדות", וואו די טויזענטער עלטערן פון די העכער עלף טויזענט תלמידים ותלמידות וואס ווערן נתחנך בין כותלי המוסדות בלי עין הרע, וועלן האבן די זכיה צו קומען זעהן פון דער נאנט די שפרודלדיגע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מוסדות, דורכאויס די גאנצע טאג וועט זיין צוגעשטעלט רייכע מאלצייטן, ספעציעלע דרשות און שמועסן מיט די חשובע עסקנים ואנשי שם וואו די עלטערן וועלן ארויסצייגן החזקה פאר די מוסדות הקדושים על דרך המסורה פונעם בעל הנס זכותו יגן עלינו.

Comments


bottom of page