דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם שב"ק פר' פנחס 'כ"א תמוז' געפאלט אויס דער אכט און פערציגסטער הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש ישראל כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק רבי אלעזר מפאלטישאן זי"ע ועכ"י בעל 'פקודת אלעזר', וועלכע איז געווען איינע פון די גדולי הצדיקים אין אמעריקע נאכן קריג, ביי וועם טויזנטער אידן האבן געשעפט אוצרות פון קדושה און יראת שמים און געהאלפן געווארן בבני חיי ומזוני, בברכותיו הטהורות.
דער פאלטישאנער רבי זי"ע האט געשטאמט פון די הייליגע גזע פון בעלזא און סקווירא טשערנאביל, זייענדיג א זון פון אביו הרה"ק רבי שלמה מסקווירא זי"ע בן הרה"ק רבי דוד'ל מסקווירא זי"ע בן הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע, א זון פונעם הייליגן טשערנאבילן מגיד זי"ע בן הרה"ק בעל מאור עינים מטשערנאביל זי"ע ולמעלה בקודש.
זיין פאטער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי ארי' לייבוש ממאגרוב זי"ע, זון פונעם הייליגן מיטעלן בעלזער רב זי"ע, בן הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע. דער פאלטישאנער רבי זי"ע איז אויפגעוואקסן געווארן על ברכי דודו הק' דער פריערדיגער בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע, וואו ער איז געווען פאררעכנט ווי אן אייגן קינד, און דעריבער זיך געפירט כל ימי חייו בדרכי אבותיו הק' מבעלזא זי"ע.
דא אין אמעריקע האט זיך דער פאלטישאנער רבי באזעצט אין שטאט בארא פארק. זיין שטוב איז באלד פארוואנדלט געווארן אין א תל תלפיות, וואו טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען געקומען זיך מתחמם זיין לאורו, און הונדערטער זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות נפלאות בברכותיו הטהורות. אלע גדולי צדיקי הדור זי"ע ובראשם הרה"ק מסאטמאר זי"ע ועוד זענען געקומען כסדר באזוכען ביים פאלטישאנער רבי'ן, וואו ס'איז שטענדיג פארפירט געווארן שיחות קודש בענינים העומדים ברומו של עולם, ווי אויך בפלפולי דאורייתא.
פאר די טויזנטער אידן (ובפרט תלמידי וחסידי פאפא וועלכע האבן געהאט - דורך זייער רבין הרה"ק בעל ויחי יוסף זצוק"ל – א ספעציעלן קשר מיט דעם צדיק) וועלכע האבן נאך זוכה געווען זיך מסתופף זיין בצלו הטהור בהלו נרו על ראשינו, גלויבט זיך שווער אז ס'איז שוין פארלאפן גאנצע 'אכט און פערציג יאר' זינט דעם ביטערן טאג 'כ"א תמוז' תשל"ו לפ"ק ווען ס'איז פון אונז אוועקגעריסן געווארן דעם הייליגן צדיק ופועל ישועות מרן הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זי"ע ועכ"י.
דער יארצייט געפאלט אויס דעם קומענדיגן שבת פרשת פנחס הבעל"ט 'כ"א תמוז'. דער צענטראלער 'שבת הילולא' וועט אפגעראכטן ווערן מיט גרויס דערהויבנקייט אינעם פאלטישאנער הויף אין בארא פארק, אויפן זעלבן ארט ווי דער בעל הילולא זי"ע האט אפגעראכטן זיין הייליגן עבודה כל ימי חייו, בצל נכדו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א.
במשך דער שבת וועט דער פאלטישאנער רבי שליט"א פראווען די טישן לרגל די הילולא קדישא. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען וועט פארקומען א גרויסע 'קידושא רבא' וואו דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין סיפורים ועובדות פון זקנו דער בעל הילולא זי"ע. דער 'סעודת הילולא' וועט פארקומען ביי סעודת רעווא דרעווין וואו דער רבי שליט"א וועט מאכן א סיום און מעלה זיין זכרונו הטהור פון זקנו הק' זי"ע.
ממחרת השבת, זונטאג נאכמיטאג וועט מען ארויפפארן צום ציון הק' אין ניו דזשערסי בראשות נכדו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, און אויסבעטן ישועות ורפואות פאר כל בית ישראל.
באסעס וועלן ארויספארן פון פאלטישאנער ביהמ"ד, צום פאלטישאנער חלקה ביים ווינקל פונעם בית החיים דקהל פאפא אין דיען, ניו דזשערסי.
זכותו הגדול יגן עלינו.
Commentaires