top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סקולען לעבן מיט געהויבענעם יו"ט פסח בצל הקודש פון האד' מסקולען נאכן אהיימקומען פון שפיטאל

זונטאג פ' קדושים • כ"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט א שבח והודיה להשי"ת האבן חסידי סקולען אויך דאס יאהר זוכה געוועהן מיטצוהאלטן א דערהויבענעם יו''ט בצל הקודש, כאטש וואס די רבי שליט"א איז נאך געוועהן היבש אפגעשוואכט נאכן אהיימקומען פון שפיטאל געציילטע טעג בעפאר יום טוב.


ליל בדיקת חמץ האט באזוכט ביים רבי'ן שליט"א, אחיו כ"ק האדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א וועלכער איז פארבליבן נאכן באזוך און מיטגעהאלטן בדיקת חמץ. דורכאויס יו"ט האט מען ב"ה געהאט די זכיה צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן שליט"א ביים יורד זיין לפני התיבה צו הלל און די מוספים, באזונדער ביי תפילת טל וואס די רבי האט פארגעדאווענט מיט א געוואלדיגן קול רגש און השתפכות הנפש. 


די סדרים ביידע נעכטן האט די רבי שליט"א אפגעראכטן אין ביהמ"ד וואו עס האבן מסיב געווען די בני משפחת המלוכה, בימי המועד האט די רבי שליט"א עוסק געוועהן בתורה מיט די אייניקלעך אין ביהמ"ד בעת די שיעורי תורה ברבים. דאס יאהר איז די רבי נישט אריינגעקומען צו די טישן חול המועד מחמת חולשת גופו. פרייטאג צונאכטס שבת חול המועד איז דעם רבינס ברודער כ"ק האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א אנגעקומען צום דאווענען אין סקולענער ביהמ"ד און האט געדאווענט קבלת שבת און מעריב פארן עמוד.


ביי נעילת החג האט די רבי שליט"א פארטיילט מצה פארן גאנצן ציבור, צומארגנס אסרו חג נאך מנחה האט די רבי שליט"א מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד היום.










תגובות


bottom of page