סקוסעספולער מסיבה "הבונים – להעמיד" אין בארא פארק צום אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אוקענוויין
- Bechatzros admin
- 6 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 8 ביוני
פרייטאג פ' נשא • י' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

א רייכע מסיבה "הבונים" איז אפגעהאלטן געווארן אין בארא פארק לטובת די קרן הבנין פון די נייע ראחמיסטריווקא בית המדרש אין אוקענוויין, די מסיבה איז פארגעקומען אין די נייע הויז פון הנגיד החסיד בנש"ק הרב יוחנן טווערסקי שליט"א אויף די זיבן און פופציגסטע סטריט אין בארא פארק, אין שפיץ פון כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א.
אין די טעג בעפאר די מסיבה איז ערשינען אן אייגנארטיגע מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, אין וועלכע דער רבי שליט"א טוט אויפפאדערן כלל חסידי ראחמיסטריווקא אנטייל צו נעמען ביים ספעציעלן מגבית לטובת די אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול דחסידי ראחמיסטריווקא אין אוקענוויין, וועלכע שטייט בנשיאות דעם רבינ'ס יונגסטע ברודער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א. אזוי אויך איז ערשינען א בריוו מטעם הנהלת קהלת ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, אין וועלכע זיי רופן דעם ציבור זיך צו קומען באטייליגן בגוף ובממון, ביי דעם ספעציעלן מגבית, אוועקצושטעלן דעם ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין אוקען וויין וועלכע בויעט זיך אין די יעצטיגע חדשים לשם ולתפארת. אינעם בריוו טוט די הנהלת הקהלה ארויסברענגען לשבח די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א לטובת בית ראחמיסטריווקא, און ווי דער רבי איז אלע יארן צוגעשטאנען מיט מסירת נפש לטובת מוסדות ראחמיסטריווקא מיום היווסדה.
די ספעציעלע מגבית איז פארגעקומען זונטאג במדבר אין די נייע דירה פון בנש"ק הנגיד ר' יוחנן טווערסקי הי"ו אין בארא פארק, און האט געדינט אלס מעמד 'חנוכת הבית' פאר'ן נייעם דירה בהשתתפות כ"ק האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א.






























コメント