אלפי תושבי בארא פארק אנטיילגענומען ביים מאסיוון "אור המאיר" דינער לטובת כולל חבת ירושלים
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 3 דקות
מוצאי יו"ט שבועות • ז' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

טויזנטער תושבי בארא פארק זענען פאריגע וואך מיטוואך ארויסגעקומען אין די מאסן זיך משתתף זיין ביים יערליכן דיננער 'אור המאיר' לטובת די מסורה'דיגע צדקה קאסע פון כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די גיגאנטישע הייטנער זאלן, אין שפיץ די רבני ודייני העיר, ובראשם די נשיאי הכולל מנהיגי עדת ישורון כ''ק מרנן האדמורי''ם מבאבוב און צאנז קלויזענבורג שליט''א און נאך פיל גדולי ורבני העיר שליט"א, וועלכע האבן באשיינט דעם אויבן אן.
אלע משתתפים זענען ענטפאנגען געווארן צו רייך געדעקטע טישן און א הערליכע סעודה ווי עס פאסט פאר שותפים פון אזא חשובן צוועק למען בני ציון היקרים. דורכאויס דעם גאנצן אווענט האבן זיך די באטייליגטע דעקוויקט מיט א הערליכע מוזיקאלישע פארשטעלונג פון אלטע נאסטאלגישע חסיד'ישע ניגונים, הערליך איבער געזינגען דורכן בארימטן חסיד'ישן בעל מנגן מו"ה ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו אין באגלייטונג פון די באקאנטע מקהלת וויזניץ.
אלס יושב המעמד האט אויפגעטרעטן הרב שמואל יצחק פעפקארן שליט"א מנהל ת"ת קארלין סטאלין וואס האט טרעפליך געעפענט די מעמד, און האט דערביי אויפגערופן הרה"ג ר' יחיאל קויפמאן שליט"א רב דקהל אנשי ספרד וחבר הנהלת הכולל וואס האט ארומגערעט דברי זכרון, אין אנדענק פונעם גזבר וחבר הנהלת הכולל, הרב אלימלך לאופער ז"ל וזוגתו ע"ה, וואס די דינער איז געווען מוקדש לעילוי נשמתו.
דאן איז אפגעהאלטן געווארן אן אינהאלטסרייכע פאנעל "מאחורי הפרגוד", וואו די באטייליגטע האבן געהאט די געלעגנהייט צו הערן ערשטהאנטיגע באריכטן פון די קריטישע פעולות הקודש פונעם קופת הצדקה, פון צוויי פון די חברי הנהלת כולל חבת ירושלים אין ארה"ק הרה"ג רבי יצחק לייב שרייבר-סופר שליט"א, און הרה"ח רבי ראובן ברייש שליט"א וועלכע זענען געקומען ספעציעל צו פארן פון ארץ ישראל מיטצוטיילן מיט תושבי בארא פארק איבער די קריטישע אקטיוויטעטן וואס שפילט זיך אפ מידי יום ביומו אינערהאלב דעם ממלכת החסד, וואס קען בלויז צושטאנד קומען אדאנק די הערליכע נתינות פון די געטרייע תומכים.
מיט חרדת הקודש האט מען מקבל געווען פני קדשם פון די אדמורי"ם שליט"א מצאנז קלויזענבורג און באבוב נשיאי הכולל וועלכער זענען ערשינען אין זאל שלובי יד - האנט ביי האנט, לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער פארזאמלטע.
דאן האט די יושב ראש באעהרט די ידידי ועסקני הכולל כל אחד בשמו הטוב יבורך מיט פארשידענע ערליך פארדינטע נזרי הקודש, כי להם נאה כי להם נאה נזר תפארה, די באערטע זענען דערביי צוגעקומען צו די אדמורי"ם שליט"א ערהאלטן ברכת קדשם.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן די באקאנטע מגיד מישרים הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א אב"ד קדושת יו"ט סאטמאר, וועלכער האט אויפגעשטורעמט אלע באטייליגטע מיט זיין פערל ווערטער איבער די געוואלדיגע סגולה וואס איז געווען קודש קדשים ביי אלע פריערדיגע צדיקים כידוע, און ווייטער ממשיך זיין צו שטיצן די עניי ארץ הקודש לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
דער מנהל הכולל הרה"צ רבי בעריש רובין שליט"א האדמו"ר מדאמבראווא, האט איבערגעגעבן דעם דבר רבי מאיר און א גריס מהנעשה והנשמע פונעם אנדערע זייט צדקה פושקע און אויפגעפלאמט די הערצער צו טוען וואס מער פאר די הייליגע מסורה'דיגע צדקה.
אויפן בימת הכבוד זענען געווען אויסגעשורה'ט מערערע גדולי הדור, אדמור"י ורבני העיר, וואס האבן באשיינט דעם הייליגען מעמד, צווישן זיי האדמורי"ם מבית חיים יהושע, בורשטין, סטוטשין, סקאליע, ליסקא, זידיטשוב, ציעשינוב, טארטיקוב, טארניפאל, בייטש, האחים האדמורי"ם מבלאזוב, האחים האדמורי"ם מצאנז, דומ"ץ באבוב, ראש ישיבת באבוב, גאב"ד טענקא, אב"ד נעפלעמיץ, דייני בעלזא, רודניק, חליסא, טאמאשוב, פאליענע, ראצפערט, הרה''צ ר' חיים יהושע באב''ד, בני האדמו''ר מבאבוב, הרה''צ ר' דוד דוב האגער בן האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, הרבנים מברעזאן, קשאנוב, קארוב, לינז, וואידיסלאוו, אב''ד סאטמאר 18, דומ''צ דעברעצין ואב''ד לב אהרן, ראדאמסק, ראדאמישלא, סטרעטין פלעטבוש און נאך.
די טויזענטער משתתפים זענען זיך צוגאנגען מיט העכערע געפילן און מיט א פלאם פייער פאר דעם הייליגען מסורה'דיגן צדקה כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, און האבן בייגעשטייערט גרעסערע נתינות למען אחב"י הנצרכים בארה"ק, און איינוועגס איינגעקויפט די גרויסע זכותים און ישעות וואס קומען מיט דעם, מיט א הייסע תפילה 'אלקא דמאיר עננו'.




























