top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות צו היסטארישע חגיגה "הכנסת ספר תורה" לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני 19 שעות

מיטוואך פ' במדבר • א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

די הערצער פון אלפי חסידי בעלזא שטורעמען מיט רגשי גילה וחדוה און איבערגיסנדע שפאנונג, ווען עס ווערן שוין געמאכט די סאמע לעצטע הכנות אויף אלע פראנטן צום גראנדיעזע מעמד הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ווען דער קריה נאמנה קרית בעלזא ווערט איינגערישט צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער געסט, הקרובים והרחוקים, וועלכע קומען צו פארן פון אלע עקן וועלט מיטצוהאלטן די התרגשות'דיגע מעמדים און דער געהויבענער יום טוב שבועות וואס מען וועט מיטלעבן בצל הקודש.


די פראיעקט צו לאזן שרייבן דעם בשותפות'דיגע ספר תורה האט זיך אנגעהויבן מיט אריבער א יאר צוריק, ווען הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט פראקלאמירט דעם רעיון פאר די חסידים, זינט דאן האבן טויזנטער חסידים פון איבער די גאנצע וועלט זיך אנגעשלאסן מיט א פאראייניגטע כח צו קויפן זכותים און פרשיות אינעם ספר תורה, און דערמיט געבן דעם זכות פארן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו.


דער קייט מיט מעמדים וועט זיך אי"ה אנהייבן אין די טעג בעפאר יום טוב ביים מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" וואס וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן בביתו נאווה קודש פונעם רב שליט"א, וועלכע וועט באותו מעמד מסיים זיין דאס שרייבן די אותיות אין די נייע ספר תורה, וואס איז געשריבן געווארן לכבודו ולזכותו.


זונטאג ערב יום טוב שבועות - קבלת התורה וועט די פרייליכע תהלוכת הספר ארויסגיין פונעם בנין התלמוד תורה דחסידי בעלזא אויף רחוב תכלת מרדכי, די ספר תורה וועט פון דארט געפירט ווערן ברחובות קרי', אונטער די ספעציעל באַַצירטע חופה כנהוג, מיט מוזיק און נגינה וואס וועט געהערט ווערן אויף אלע גאסן, ווען הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א צוזאמען מיט די קינדער וועלן פראווען די געהויבענע ריקודין של שמחה לכבוד התורה.


ביים אנקומען צום ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא וועט דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשיינען צום מעמד און קעגן גיין דעם ספר תורה. די מעמד ההקפות כנהוג וועלן אפגעראכטן ווערן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם ביהמ"ד הגדול, ווי יעדער וועט פארנעמען זייערע ערטער איש על מחנהו ואיש על דגלו, עקסטער די קינדער, עקסטער די בחורי חמד, און עקסטער די אברכים ובעלי בתים, וואו מען וועט האבן די זכי' מיטצוהאַַלטן די הויעכפונקט פונעם חגיגה, ווען דער בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט אריינפירן די נייע ספר תורה, און פראווען די ריקודין של שמחה מיט אן אש להבת שלהבת.


אין די יעצטיגע טעג איז אויפגענומען געווארן די בשורה משמחת אז ביים הכנסת ספר תורה ערב יו"ט וועט מען מכניס זיין נאך א ספר תורה, נעמליך די ספר תורה וואס עדת חסידי בעלזא האבן געלאזט שרייבן מיט קרוב צו צווואנציג יאהר צוריק אין יאהר תשס"ו, אפצייכעננדיג 40 יאהר הנהגה פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער רב שליט"א האט דאן געזאגט פאר די עסקנים אז ער וועט קובע זיין די ריכטיגע צייט אריינצוגעבן דעם ספר תורה, ביני לביני איז פארלאפן גאנצע צוואנציג יאהר און אצינד איז געקומען דער זמן גרמא ווען דער רב שליט"א האט געגעבן זיין הסכמה אריינצוגעבן ביידע ספרי תורה באותו מעמד, זייענדיג א שמחה כפולה ביי בעלזער חסידים.


ווי געזאגט זענען די הכנות צו די גרויסע מעמד אין פולן שוואונג, און גאנצע גרופעס פון עסקנים ארבעטן פלייסיג איש איש על מחנהו ודגלו, מסדר צו זיין אלע פרטים, רוחניות'דיגע ווי טעכנישע צוגלייך. ווי באריכטעט איז דער גרויסער חצר פונעם ביהמ"ד הגדול אויסגעשטאט געווארן אויף יום טוב שבועות מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פון 15 שטאק, ארום דעם גאנצן שטח.

bottom of page