top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק סאטמאר מאנסי פייערט הערליכע מעמד לרגל סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחדותא דאורייתא האבן חסידי סאטמאר אין מאנסי געפייערט דעם יומא טבא לרבנן לרגל סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין במסגרת חבורת תורתך שעשועי. די מעמד איז פארגעקומען אין די אטריום זאל אין מאנסי אין שפיץ פון די רבני ודייני הקהילה ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דער יושב ראש המעמד איז געווען הר"ר יואל שלעזינגער שליט"א - מגי"ש אין די קהילה. דברי ברכה איז געהערט געווארן דורך הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אבד"ק סאטמאר מאנסי, און דערנאך האט מען געהערט די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה אז עס זענען דא אריבער פיר הונדערט בעלי בתים און אינגעלייט תושבי מאנסי וועלכע זענען מסיים מסכת שבת, און עס איז ברור אז עס האט געטוישט די וואס האבן עס געלערנט און געחזר'ט, מען ווערט א שטיק תורה, און דער רבי האט מחזק געווען די מסיימים מען זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט מסכת עירובין און נאכדעם ביז סוף ש"ס.


אויפן וועג ארויס האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א לעדערנע גמרא מסכת עירובין פאר הרבני הנגיד ר' חיים לעבאוויטש הי"ו פון וויליאמסבוג - מגדולי פטרוני החבורה אין מאנסי.



bottom of page