top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה עצומה צווישן חסידי ראחמיסטריווקא צום התחדשות פון נייעם קעמפ "מתנה אוהל יצחק" אין גרינפיעלד פארק

  • Bechatzros admin
  • 7 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 8 ביולי

מאנטאג פ' בלק • י''א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: י. שטיין

אין א פריידיגע שטימונג איז דעם דאנערשטאג אפגעראכטן געווארן די מעמד פתיחת שערים פונעם נייעם קעמּפ "מחנה אהל יצחק" ראחמיסטריווקא וואס איז נארוואס נתחנך געווארן מיט די  הונדערטער תלמידים פון די רַאחמיסטריווקער תלמוד תורה, וואס וועלן דארט וויילן איבער'ן זומער אויף א געהויבענעם שטייגער.


דער נייער קעמּפ "מחנה אהל יצחק" איז נושא שמו הטהור פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל אמרות טהורות מרַאחמיסטריווקא זצוק"ל, און איז אהערגעשטעלט על דרכו והדרכתו דורך בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, צוברעגענדיג א פרישן רינגל אינעם הערליכן קייט פון קהלות ומוסדות ראחמיסטריווקא וואס בליט און וואקסט אויף אזא שיינע פארנעם.


די נייע קעמפ איז ב"ה אהערגעשטעלט געווארן כלול בהדרו, מיט א ריי פון גאר הערליכע בנינים אויסגעבויט און מסודר אויפ'ן שענסטן פארנעם, וואס עס גלייבט זיך שווער אז עס איז נאכנישט דורך קיין גאנצע צען חדשים פון ווען מען האט אפגעראכטן דעם פייערליכער מעמד הנחת אבן הפינה פארגאנגענעם חודש אב תשפ"ד, ווען דער באדן פונעם קעמפ איז נאך געווען גענצליך ליידיג, און אצינד זענען די בנינים שוין גענצליך פארענדיגט מיטן פולסטן פראכט, רחבותדיגע בנינים פאר א ביהמ"ד, אן עקסטערן בנין התלמוד תורה מיט ריזיגע חדרי לימוד, באקוועמע שלאף צימערן, א מהודר'דיגע מקוה, א גרויסער עסזאל און נאך אלע אנדערע איינריכטונגען.


די מעמד איז געוועהן אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט"א און מיט די השתתפות פון פילאצאליגע חסידים פון אלע מקומות, ווען עס איז דערביי געווען א געלעגנהייט פארן ציבור צו קענען באטראכטן פונדערנאנט אלע איינריכטונגען פון דעם נייעם קעמפ. אין די נאכמיטאג שעה'ן איז די רבי ערשינען בשערי המחנה ווערנדיג ענטפאנגען דורך די הונדערטער תלמידים פון די עלטערע כיתות וואס האבן אפגעווארט דעם רבי'ן ברחובות המחנה.


צום ערשט האט די רבי קובע געווען א מזוזה אויפן בנין פונעם תלמוד תורה, און דערנאך ביים אריינגונג צום בנין הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם היכל הביהמ"ד וואס איז שוין גענצליך פארענדיגט בתכלית היופי, און איז געווען איבערגעפילט מיט די הונדערטער תלמידים קינדער און בחורים אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס, אין שפיץ פון די מרביצי תורה, אברכים און בעלי בתים וואס זענען געקומען מיטהאלטן די פרייליכע מאורע.


דער פתיחת המעמד איז געהערט געווארן דורך הרב יואל כץ שליט"א מנהל המחנות. דערנאך האט גענימען דאס ווארט די מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה יהושע קרעמער די רוח החיים ובריח התיכון פון די מוסדות הקדושים וואס האט דערציילט די השתלשלות הענינים פון די בוי ארבעט פונעם קעמפ מיט אלע שווערעקייטן, ווען די ארבעט איז אינצווישן געווארן אפגעשטעלט דורך די ארטיגע באאמטע, אבער בחסדי שמים מרובים ובכחו וזכותו של אותו זקן די רבי זצ"ל, האט מען בעזהשי"ת מצליח געווען איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן, און מ'האט ממשיך געווען די בוי ארבעט מיט א בליציגן שנעלקייט, ביז מען האט דערגרייכט דעם יעצטיגן מאמענט צו עפענען דעם נייעם קעמּפ בעתו ובזמנו.


דערנאך האט די רבי געטרינקען לחיים און משמיע געווען מדברות קדשו ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע שמחה'דיגע מאמענט ווען מ'איז מחנך אזא שיינעם מקום כלילת יופי ווי עס וועלן נתחנך ווערן די ילדי החמד על טהרת הקודש אן צו דארפן זיך באנוצן מיט אנדערע קעמפס, מיט די זעלבע חינוך און מסורה וואס מען איז צוגעוואינט א גאנץ יאהר, און דערביי מאציל געווען מברכות קדשו פארן גאנצן ציבור, ובפרט פאר די נדיבים בעם ועושי המלאכה.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page