top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נחמו עמי: פרייליכע שמחת ברית מילה בחצר הקודש בעלזא

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש

נחמו נחמו עמי, האבן בעלזא מיטגעהאלטן א פרישע שמחה אינעם רבינס הויף שטייענדיג נאך די ימי בין המצרים, ביים שמחת הברית מילה פארן בן הבכור ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דאס קינד איז געבוירן געווארן אין טאג פון תשעה באב און פאריגן דאנערשטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא.


מיטוואך אויפדערנאכט איז דער רב שליט"א ערשינען אין גרויסן היכל צו מעריב און דער מעמד הקריאת שמע ליינען דורך די טויזנטער ילדי תשב"ר, נאכן ליינען קריאת שמע האט דער רב שליט"א פארטיילט פעקלעך פאר אלע קינדער.


שפעטער באנאכט איז פארגעקומען די סעודת הוואך נאכט בביתו נאווה קודש פונעם רב שליט"א בהשתתפות פונעם זיידן הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, און די משפחת מלוכה.


אינדערפרי האבן טויזנטער חסידים מלובש בבגי שבת, באלאגערט דעם היכל הגדול אין קרית בעלזא, וואו מען האט געדאווענט שחרית ברוב עם הדרת מלך.


נאכן דאווענען האט מען אנגעהויבן דעם ברית. די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, און די עלטער זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם


די זיידע הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א איז מכובד געווארן מיט כסא של אליהו, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן די עלטער זיידע הגה"צ ר' חיים דוד שובאקס שליט"א חבר ביד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, ויקרא שמו בישראל משה יהושע נאך די זיידע הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע.


נאכן ברית האט די גאנצע ציבור אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה און דער רב שליט"א אט אפגעראכטן א לעקך און בראנפין בביתו נאוו קודש, און געוונטשן לחיים פאר אלע משתתפים. 


די סעודת מצוה איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה פאר די טויזנטער חסידים אין די זאלן בבנין בית מדרש הגדול, שפעטער איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור, זיך געוואשן צום סעודת הברית, טועם געווען פון די מאכלים, געוואונטשן לחיים און געזאגט תורה, מען האט געזונגען פילע ניגוני שבח והודיה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די עלטער זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, נאכן בענטשן האט דער רב שליט"א געזאגט די הרחמן'ס און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה.



bottom of page