הילולא קדישא בחצר הקודש מודזיץ אין שאטן פונעם מלחמה צושטאנד בארה"ק
- Bechatzros admin
- 16 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' שלח • כ' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר/יהודה פרקוביץ
לרגל די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל נחלת דן ממודזיץ זצוק"ל וואס געפאלט אויס היינטיגן מאנטיג כ' סיון האט בנו הגדול מ"מ כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א היי יאהר אפגעראכטן די סעודת הילולא תיכף נאך שחרית זייענדיג עטוואס א רואיגער זמן אין די יעצטיגע שעת מלחמה.
די טיש איז אפגעראכטן געווארן אינעם היכל הישיבה קטנה 'נחלת דן' אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול וואס איז באשיצט פון ראקעטן, זייענדיג מער פארזיכערט מיט שעלטער'ס אין צוגאב צו די אנדערע זיכערהייט מאסנאמען.
ביי די דברות קודש האט די רבי שליט"א נאכגעברענגט א ווארט פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע בעל אוהב ישראל אז כ' סיון איז מכוון כנגד יום הכיפורים, די רבי האט דאס מקשר געווען צום יעצטיגן שעת מלחמה, זאגנדיג "פורים כפורים", און אז אויך בימי מרדכי ואסתר איז די מלחמה געווען אין פרס וואס איז היינט איראן, מיט א תפילה עס זאל יעצט אויך זיין א בחינה פון ששון ושמחה ליהודים.
די רבי האט דערביי גערופן די חסידים עוסק צו זיין בלימוד התורה אין משמרות פון דריי טעג ברציפות יומם ולילה לא ישבותו, צוגענבדיג אז ביים ענדע פון די דריי טעג ביום כ"ג סיון אין די טאג וואס עס איז ארויסגעשיקט געווארן די אגרות שניות בימי מרדכי ואסתר וועט שוין זיין גוטע בשורות בס"ד.
נאכן טיש איז די רבי ארויסגעפארן צום ציון הק' במרומי הר הזיתים מיט א מנין מצומצם פון מקורבים און בני המשפחה צוליב די אנגצויגענער מצב.












Comments