top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער תושבי בארא פארק ערווארטעט ביים קבלת פנים אין בארא פארק לכבודו פון האד' מרחמיסטריווקא

דונסטאג פ' במדבר - כ"ה אייר תשפ"ג | קול בחצרות


מטעם הנהלת ק''ק ראחמיסטירווקא אין בארא פארק איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה איבער א מעמד "קבלת פּנים" לכבודו פונעם געהויבענעם גאסט כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א פון ארה''ק וועלכע קומט צו פארן מהתם להכא אויף א באזוך צום פעטער כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א, דער מעמד וועט פארקומען היינטיגן דינסטיג 9:45 אויפדערנאכט אין ביהמ''ד הגדול רחמיסטריווקא אין בארא פארק במקהלות עם רב, חסידי רחמיסטריווקא און תושבי העיר היראים והחרדים לדבר ה', וועלכע וועלן מקבל פנים זיין דעם מנהיג עדת ה', ביים מעמד וועט מען האבן די זכיה צו הערן דברות קודש ודברי התחזקות פונעם רבין שליט''א אין דערנאך וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט דורכצוגיין שלום נעמען.

bottom of page