top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייליכע שבת של שמחה אין די וויזניצער הויף לרגל עלי' לתורה פון החתן נכד האד' מוויזניץ

  • לפני 5 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

דעם שבת קודש פ' שופטים האבן טויזנטער חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן דעם שבת של שמחה בצילא דמהימנותא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט טראץ זיין שוואכקייט די לעצטע תקופה אפגעראכטן די סידורו של שבת אויף א דערהויבענעם פארנעם אין קרית מלך רב קרית וויזניץ בני ברק, ברוב עם הדרת מלך, לרגל השמחה במעונו די עליה לתורה פון נכדו החתן, א זון פון חתנו הרה"צ רבי מנחם מענדל האגער שליט"א.


פרייטאג צונאכטס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול צו מנחה און קבלת שבת אין א פריע שעה ביים פלג המנחה, און ביי בואי בשלום איז דער רבי געטאנצן מיטן אייניקל דער חתן. גלייך נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן שולחנו הטהור בשארית כוחותיו, פאר ארום אנדערהאלבן שעה.דער רבי האט געזאגט תורה מיט שטארקע דברי חיזוק באמונה ובטחון זיך צו שטארקן אין אלע שווערע מצבים, און דערנאך שטארק ארומגעקאכט ביים זינגען דעם ניגון "תמים תהיה עם ה' אלוקיך".שפעטער האט זיך דער ציבור ווידער פארזאמלט צום באטע בשבת אחים אינעם ביהמ"ד הגדול לכבוד די שמחה, אין שפיץ פון הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א און די מחותנים.


בצפרא דשבתא איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אינעם היכל ביהמ"ד הגדול צו קריאת התורה, וואו דער רבי האט עולה געווען לתורה אויפן ספר תורה וואס דער רבי האט אליין אריינגעגעבן פארלאפענעם יום טוב שבועות, דער רבי האט געזאגט די ברכות לפניה ולאחריה בקול רעש גדול וואס האט אפגעקלונגען אינעם גאנצן ביהמ"ד, און דער בעל קורא האט אויסגעפירט דעם רבינ'ס עליה מיט די פסוקים "וכתב לו את משנה התורה הזאת... למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל", וואס האט ארויסגערופן טיפע געפילן און א הייסע תפילה ביי די אלפי החסידים. ביים אויסרופן דעם חתן צו די עלי' פון שישי מיט דעם מקובל'דיגן "יעמוד" האט דער רבי מעודד געווען דעם ציבור מיט גרויס התלהבות. נאך תפילת מוסף איז פארגעקומען א קידושא רבא לכבוד די שמחה.


מוצאי שבת קודש איז דער רבי שליט"א ערשינען צו המשך שלש סעודות און די שמחת הפארשפיל, וואו דער רבי האט געוואנטשן ווארימע ברכות אז די שמחת בית צדיקים זאל משפיע זיין אלעם גוטן, און ווידער משמיע געווען דברי חיזוק זיך מחזק זיין אין שווערע מצבים און שטענדיג לעבן מיטן אויבערשטן. 


די קאפעליע האט געזינגען ווארימע און פרייליכע ניגונים בכלי זמר, און דער גראמער ר' ישראל שעכטער הי"ו האט מיט הארציגע חרוזים משלב געווען די שמחה מיט די ימי הרחמים והרצון און די הילולא קדישא פונעם דמשק אליעזר מוויזניץ זי"ע וואס איז אויסגעפאלן בו ביום, און דערמאנט אז דער רבי שליט"א האט נאך זוכה געווען צו נתגדל ווערן אויף זיין שויס. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן חתן, און מען האט געשלאסן די שמחה מיט דעם באקאנטן ניגון "יש בורא עולם", ווען די בחורים טאנצן קעגן דעם רבי'ן א פרייליכע קאדאטשקע טאנץ.



תגובות


bottom of page