בהלה ביי סיום הרמב"ם אין קרוינהייטס ווען האד' מצאנז קלויזענבורג אוועקגעפאלן לעיני כל הקהל
- Bechatzros admin
- לפני דקה
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש

א בהלה איז יעצט אנטשטאנען ביים גרויסן סיום הרמב"ם אינעם גיגאנטישן קרוינהייטס ארמארי ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט זיך אנגעהויבן נישט גוט שפירן און איז אוועקגעפאלן אין סאמע ברען פון זיין דרשה נלהבה, אדרעסירנדיג דעם פארזאמלטן ציבור האלפים.
דער אינצידענט האט פאסירט לעיני כל הקהל וועלכע זענען געכאפט געווארן אין שאק צוזעענדיג די שווערע סצענע. דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט און די הצלה איז אלאמירט געווארן אויפן אויבן אן, נאך עטליכע אנגעצויגענע מינוטן איז דער רבי צוריק געקומען צו די כוחות בחסדי שמים, דעם רבי'נס מקורבים האבן געבעטן דעם רבי'ן צו פארלאזן די זאל, אבער דער רבי האט קאטעגאריש דערקלערט אז ער וויל פארבלייבן מיטהאלטן די מעמד טראץ זיין שוואכקייט.
דער רבי איז טאקע פארבליבן און מיטגעהאלטן דעם המשך המעמד, דער סיום דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א, די דברי ברכה פון הגאון רבי הערשל ראטטענבערג שליט"א רב דחסידי גור אין אמעריקא, און הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק.
דאן האט דער רבי אין אן איבערראשנדע שריט געבעטן פון די עסקנים אז ער וויל מסיים זיין די דרשה, דער רבי האט צוערשט געהייסן אנהייבן א פרייליכע ליובאוויטשער ניגון און דערויף גענומען דאס ווארט וואו ער האט בראשית דבריו זיך מתנצל געווען פארן גורם זיין עגמת נפש און דערשרעקן דעם עולם, זאגנדיג אז די סטרא אחרא האט נישט געקענט סובל זיין אזא שמחה דקדושה ביי דעם מעמד קדוש וואס האט מעורר געווען אן עת רצון אין הימל, אזוי האט דער רבי מסיים געווען זיין דרשה זיצענדיגערהייט און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב לכל הקהל הקודש.


