מיטוואך פ' במדבר - כ"ו אייר תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי טאהש האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די בשורה טובה ומשמחת, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א שליט"א וועט בעה"י אין די נאנטע וואכן אונטערנעמען א מסע קודש צו די שטאט טאהש אין הונגארין, מקום משכן אבותיו הקדושים מדור דור, אין באגלייטונג פון עדת צאן מרעיתו וועלכע לעכצן מיטהאלטן אזא מאורע נשגבה ונעלה.
די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון מעון קדשו אין קרית טאהש קאנאדע דעם קומעדיגן זינטיג בהעלותך ט"ז סיון זייענדיג אינטערוועגנס קיין ארצינו הקדושה ווי די רבי וועט אנקומען אויף א קארצע באזוך לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל א חתן בן לחתנו הרה"צ ר' יואל יחיאל קאהן אב"ד תו"א קרית יואל בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מיט די כלה די טאכטער פון הגה"צ ר' חיים מרדכי ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ביתר בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, וואס וועט פארקומען בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג מיטוואך י"ח סיון אין שטאט בני ברק.
מאנטיג וועט די רבי אנקומען אין באגלייטונג פון פילע חסידים צום עיר האבות טאהש און באותו מעמד באנייען דעם פראכטפולן בנין הכנסת אורחים דחצר הקודש טאהש וואס געפינט זיך סמוך ונראה צום בית החיים מקום מנוחת קדשם פון אדמור"י בית טאהש און וועט שטיין צום דינסט פון די טויזנטער אידן וועלכע וועלן אין די קומענדיגע יארן קומען קיין טאהש בשעת מען איז פוקד אויף קברי צדיקים אין אייראפע.
צומארגנס דינסטיג באשמורת הבוקר וועט זיך די רבי מיט די פמליא ארויסלאזן קיין ארץ הקודש, און דאנערשטיג צומארגנס פון די חתונה וועט מען זיך צוריק קערן אהיים קיין קרית מלך רב קרית טאהש אנגעפילט מיט זעק פון השפעות טובות מלאות כל טוב בזכות הקדושים אשר בארץ המה און בזכות שמחת בית צדיקים.
אין די יעצטיגע טעג טוהן זיך וועד האש"ל דחסידי טאהש צוגרייטן בהכנה דרבה צושטעלן אלע געברויכן פאר די משתתפי הנסיעה מיט א פולע אש"ל אינעם בנין הכנסת אורחים אין טאהש, אין די טעג ארום די געהויבענע מסע הקודש.
נייע פראכטפולע בנין הכנסת אורחים אין שטאט טאהש אונגארן
Comments