top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אברכי חסידי בוהוש וועלן מיטלעבן ימי אורה וישועה ביי מסע הקודש קיין פוילין בראשות האד' מבוהוש

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 5 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 6 בינו׳

זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט רגשי קודש גרייטן זיך פילע אינגעלייט חסידי בוהוש מיטצוהאלטן א געהויבענער מסע הקודש 'שערי ישועה' צו די קברי אבות, ווען כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועט אונטערנעמען א נסיעה קיין פוילין, פוקד צו זיין די קברי הצדיקים אשר בארץ המה, אינאיינעם מיט א גרופע פון ארום הונדערט חסידים נדיבי לב תומכי המוסדות וועלכע שליסן זיך אן מיט די מינימאלע סכום פון טויזנט שקל חודש'ליך ביים קאמפיין 'מקושרים כאחד' וואס איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם חודש אדר ארויסצוהעלפן דעם רבי'ן שליט"א שלעפן דעם שווערן עול בהחזקת המוסדות.


אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען דורך די עסקנים אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון די נסיעה, און די גייסטרייכע מעמדי קודש ביי די הייליגע מקומות, על צד היותר טוב, אויפן בעסטן און שענסטן אופן.


מאנטאג שמות וועט זיך דער רבי שליט"א מיט די פמליא חסידים ארויסלאזן פון ארצינו הקדושה, און דורכאויס די קומענדיגע צוויי טעג וועט מען פוקד זיין די ציונים הקדושים פון די צדיקים הקודמים שרפי מעלה אין רימינוב, דינוב און לאנצהוט. די קלימאקס וועט זיין די געהויבענע מעמד בקשת רחמים ביים ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק, וואס וועט נאכפאלגן מיט א פראכטפולע מסיבת הוקרה והכרת הטוב פאר די חשובע אינגעלייט וואס לאזן זיך קאסטן מהונם ומגופם בדמי"ם תרתי משמע צו שטיצן די הייליגע מוסדות. מיטוואך נאכמיטאג וועט מען זיך צוריקערן קיין ארץ ישראל אנגעפילט מיט זעק פון השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.










Comments


bottom of page