top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסיווע שטח אפגעקויפט אין אויפבליענדע ישוב וועסטקליף אין ענגלאנד אלס צענטער פאר קהל ומוסדות סקווירא אין די געגנט

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי סקווירא אלוועלטליך נעמען אויף מיט פרייד די שטארקע הרחבת גבולי הקדושה אינעם אויפבליענדן עיר ואם בישראל "וועסטקליף" אין ענגלאנד, ווען בפקודת וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז די ארטיגע סקווירא קהלה אריינגעשפרינגען אין א מקח אויף א גיגאנטישן שטח פון פיר אהאלב אקער לאנד, אהערצושטעלן דערויף די צרכי הקהלה והמוסדות פון די בליענדע קהלה דחסידי סקווירא.


טראץ דעם וואס די קהלה איז נאך פריש און ניי, און עס פארמאגט נאכנישט א גרויסע צאל משפחות, האט דער רבי שליט"א באפוילן אז מ'זאל אריינשפרינגען אין די גרויסע אונטערנעמונג, צו האבן גרייט די נויטיגע שטחים צו קענען וואקסן און בליען און מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט'ן כסדר'דיגן בלי און וואוקס בקרב הקהלה והמוסדות.


דער שטח פארמאגט שוין דערויף אויפגעשטעלט צוויי בנינים וואס זענען שוין גרייט צום באנוץ, און איין בנין וועט אהערגעשטעלט ווערן אלס ביהמ"ד גדול ומפואר פאר'ן ציבור חסידי סקווירא תושבי העיר, און דער אנדערער בנין און בכלל דער גאנצער שטח וועט במשך השנים אויסגעבויט ווערן מיט די צרכי הקהלה והמוסדות און א דירות קאמפלעקס מיט דירות פאר שפאט ביליגע פרייזן פאר חסידי סקווירא.


אין די פארלאפענע חדשים איז אריין אין שוואונג די פאקטישע פעולות צו שאפן די נוטיגע געלטער און צוגרייטן די טעכנישע פראצעדורן אריינצושפרינגען אינעם מקח, און אצינד גייען שוין אן די פיבערהאפטיגע פעולות צו קענען גומר זיין דעם מקח.


אין די יעצטיגע טעג ווען דער רבי שליט"א וויילט אויף אפרו אין מאליבו קאליפארניע, האט דער רבי ממנה געווען עטליכע עסקנים פון די ארטיגע תושבים וואס זאלן ארויסהעלפן צו קענען ענדיגן דעם מקח סיי מיט'ן שאפן די פאנטאסטישע סומעס און סיי מיט אלע אנדערע עסקנות צו באגלייטן דעם פארצווייגטן פראיעקט מיט הצלחה.

bottom of page