top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ביים הקמת מציבה על קברו פון הר"ר ישראל נח וויזל ז"ל מגדולי עסקני חצה"ק וויזניץ

זונטאג פ' שופטים • כ"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

היינט נאכמיטאג איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אויפן וויזניצער בית החיים אין בני ברק וואו דער רבי האט זיך משתתף געוועהן ביים מעמד הקנמת מצבה על קברו פונעם אומפארגעסליכן עסקן לבית וויזניץ, האברך ר' ישראל נח וויזל ע"ה וועלכער איז מיט עטליכע וואכן צוריק פריצייטיג נפטר געווארן אינעם יונגן עלטער פון 31 יאר נאכ'ן זיך מוטשען ל"ע מיט די ביטערע מחלה די לעצטערע תקופה.


ר' ישראל נח איז געווען אן ענערגישער עסקן נמרץ, מסור בלב ונפש און רוח החיים פון עסקנות פאר אלע מאורעות בממלכת וויזניץ, און ווי א געטרייער זעלנער געשטאנען אלעמאל גרייט מיט א מסירת נפש לעשות רצון קדשו פון מורו ורבו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכע האט נישט געקענט זיך משתתף זיין ביים לוי' וויילנדיג אין ענגלאנד אויף אפרוה. היינט שטייענדיג ככלות השלושים לפטירתו איז דער רבי ארויף אויפן פעלד איז האט מיטגעהאלטן די הקמת מצבה וואו עס האבן זיך פארזאמלט די קרובי המשפחה, גוטע פריינט, און פילע עסקנים לבית וויזניץ.


דער רבי האט געליינט די נוסח המצבה און דאן געזאגט די מזמורי תהילים וואס איז נוהג צו זאגן ביי הקמת המצבה, דערנאך האט די רבי אין א זעלטענעם ערשיינונג ארויס מגדרו און משמיע געוועהן קורצע דברי הספד וואו דער רבי האט מעיד געוועהן אז די אלע שבחים אינעם נוסח המציבה איז אמת לאמיתה! און מחזק געוועהן די נאנטע קרובי המשפחה פונעם חשובן נפטר.

















Comments


bottom of page