מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט''א וואס איז צוגאסט די טעג אין עיה"ק ירושלים האט היינט נאכמיטאג באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס איבער פארשידענע מנהגי צדיקי בית רוזין און מעניני פרשת השבוע. ביים ענדע פון די באזוך האט האד' מסאדיגורא ירושלים איבערגעגעבן פארן רבי'ן זיין ספר משיבת נפש אויף חנוכה און אריינגעשריבן א הקדשה בכתב ידו.
댓글