געהויבענער שב"ק פ' בשלח אין מאנטשעסטער מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 10 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד רובין,JDN
דער היימישער אידנטום אין שטאט מאנטשעסטער ענגלאנד האט מיטגעלעבט א גאר שיינעם שבת און א געהויבענע וואך, מיט דעם חשוב'ן גאסט כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער איז אויפ'ן פארלאנג און איינלאדענונג פון חסידי ומעריצי בית סקולען געקומען צו פארן לחונן את פני העיר, און באוויליגט צו פראווען א שבת בקרב העיר.
דער רבי שליט"א האט געהאט די אכסניא בבית הרה"ח ר' משה ראטבארד הי"ו, מחשובי ופארי חסידי סאטמאר. וואו עס איז דורכאויס די וואך געווען א גרויסער ווירבל פון אידן וואס זענען אריינגעקומען מיט קוויטלעך נהנה צו זיין עצה ברכה ותושיע.
דורכאויס די ימי הביקור האט דער רבי שליט"א באזוכט אין די מוסדות התורה און היכלי הישיבות אין שטאט וואו ער האט בנועם לשונו משמיע געווען דברי חיזוק און איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים הקטנים והגדולים, אינצווישן זיי האט דער רבי באזוכט אין ישיבת כתר תורה, ישיבה קטנה ד'סאטמאר, מכינה לישיבה ד'סאטמאר, ישיבת אור תורה, ישיבת שערי חיים, תלמוד תורה בעלזא, תלמוד תורה סקווירא, תלמוד תורה חינוך נערים און נאך. ווי אויך האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי די רבני העיר כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, הגה"צ רבי ישראל חיים הורוויץ שליט"א אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער און הגאון רבי גבריאל קנאפפלער ראש ישיבת שערי תורה.
אויף שבת קודש איז ארויסגענומען געווארן דער גרויסער זאל פון דער בית יעקב מיידל־שולע, וואס איז אויסגעשטעלט געווארן מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס. פרייטאג מיטאג האבן זיך אנגעזען געסט וואס זענען געקומען פון לאנדאן, קענווי־איילענד, וועסט־קליף און נאך שטעט.
ליל שבת קודש האבן זיך אנגעזען הונדערטער אידן שפרייזן צום זאל מיטצוהאלטן די תפילות, און שפעטער ביים טיש וואס האט זיך פארצויגן לאנגע שעות. מ'האט געזונגען די אלטע, שטארק אויסגעווייקטע ניגונים פון בית סקולען, און שוין כמעט 2:30 ביינאכט האט זיך דער טיש געענדיקט.
צופרי, טראץ דעם קורצן שינה בשבת תענוג, האט זיך א גרויסער עולם באטייליגט ביי די תפילות, ספעציעל ביי די שירה וואס איז געזאגט געווארן בתעוררות רב. די מיטאג־סעודה איז געווען אין דער אכסניא, וואו דער רבי שליט"א האט געגעסן צוזאמען מיט די געסט. דערנאך איז געווען מנחה וסעודה שלישית, וואס האט געדויערט לאנגע שעות אין דער נאכט.
שפעטער איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מלוה מלכה אין זאל, וואס האט זיך פארצויגן עטליכע שעה באגלייט מיט כלי שיר וזמר וואס איז געווען א תענוג רוחני.
זונטאג אוונט איז ווייטער פארגעקומען דארט דער חמשה עשר בשבט טיש, צו וועלכן עס זענען געקומען פרישע געסט פון אלע געגנטער ארום, מיטצוהאלטן דעם שולחן הטהור לכבודו של יום, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש מעניני דיומא און פארטיילט פירות פאר די הונדערטער באטייליגטע תושבי העיר.
אין די נאכפאלגנדע טעג האט דער רבי באשיינט א רייע מסיבות לטובת מוסדותיו הק' בעיר השם שמה און אויך איבערגעגעבן א דרשה בעניני חינוך הבנים והבנות אין די טשארטקובער קלויז אין שטאט וואו מאסן תושבי העיר האבן זיך איינגעזאמלט לשמוע את דבר השם.
מאנטאג האט זיך דער רבי שליט"א אריבערגעכאפט אויף א קורצע באזוך אין לאנדאן, צו באשיינען די שמחה משפחתית בבית גיסו הרה"ג ר' שמעון יוסף שטערן שליט"א, ראש ישיבת אור החיים, זון פון הגה"צ הרא"ש שטערן זצ"ל, ראש ישיבת תורת חסד, און איידעם ביים רבינס שווער הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א, דער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן עטליכע שעה און איז שפעטער צוריק געפארן קיין מאנטשעסטער וואו ער האט געוויילט ביז ענדע וואך.


































