top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבעלזא מפאר געווען ביים הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא לע"נ הבה"ח מנחם מענדל אלבוים ע"ה

  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

אין א זעלטענעם ערשיינונג האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א היינט באשיינט דעם מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעפירט געווארן צום היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים, לעילוי נשמתו פון הבחור החשוב מנחם מענדל אלבוים ע"ה, וועלכער איז פאריאר חודש שבט תשפ"ה אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז פופצן יאר נאך א קורצע קרענק  ל"ע.


די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך זיינע חשובע עלטערן און בני המשפחה, אינאיינעם מיט זיינע חברים, די בחורי חמד תלמידי הישיבה לצעירים דחסידי בעלזא, וועלכע האבן צונויפגעקליבן פרוטה אחר פרוטה צו לאזן שרייבן דעם ספר תורה לעילוי נשמתו.


פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען א מעמד סיום כתיבת האותיות בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און דעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות בבית משפחת אלבוים אויף רח' דברי חיים, ווען ביים ענדע איז ערשינען הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פונעם רב וועלכער האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות.


פון דארט איז דער ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, ווי מאסן חסידים און תלמידי הישיבה האבן זיך מיטגעפרייט בשמחת התורה ברחובות קריה אלע מלובש בבגדי שבת לכבודה של תורה.


אנקומענדיג צום היכל ביהמ"ד הגדול, איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ארויסגעקומען מקבל פנים צו זיין דעם ספר תורה און אריינגעפירט דעם ספר צום היכל הביהמ"ד. דער רב שליט"א האט פארגעזאגט די מזמורים כנהוג און דערנאך אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיט דעם נייעם ספר תורה און ווייטער פארבליבן מיטהאלטן די ריקודין פאר א לענגערע וויילע, בשעת דער גאנצער ציבור ארום טאנצט מיט א געוואלדיגן התלהבות דקדושה ושמחה של מצווה.


 צום שלוס איז דער ספר תורה אריינגעלייגט געווארן אינעם ארון הקודש אינעם היכל ביהמ"ד הגדול, ביז מען וועט אריבערפירן דעם ספר צום ישיבה לצעירים וואו דער בחור ע"ה האט געלערנט.


נאכן מעמד איז מען אריבער צום סעודה לגומרה של תורה, וואו די חברים און די משפחה האבן זיך משמח געווען נאכן דערגרייכן דעם פראיעקט, האפענדיג אז דאס וועט זיין א נחת רוח פאר די נשמה הטהורה פונעם נפטר.



תגובות


bottom of page