נסיעה רוממה "בוני המלוכה" צו די קברי צדיקים אין אייראפע דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק ג'
- 20 במאי
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א ווייטערדיגע באריכט פונעם מסע המרומם דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א לערי אבותיו אין אייראפע אינאיינעם מיט די תומכים נכבדים חברי "בוני המלוכה".
פרייטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט''א געדאווענט שחרית אינעם האטעל אין שטאט קראקא און נאכן רייכן פת שחרית האבן זיך די באסעס ארויסגעלאזט קיין צאנז, א נסיעה פון קרוב צו אנדערטהאלבן שעה.
אנקומענדיג אין צאנז איז דער רבי געווארן אפגעווארט דורך הגה״צ רבי יואל האלבערשטאם שליט״א, רב דביהמ״ד בית שמואל דקהל יטב לב אין קרית יואל, חתן גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, מנהל הכנסת אורחים בוני צאנז, וועלכע האט ארומגעוויזן דעם רבי'ן אויף אלע פעולות דורך די הכנסת אורחים ביים ציון הק' רונדע דעם יאר.
מיט א פחד קודש און טיפע התרגשות איז דער רבי אריין אינעם אהל הק'. צוליב דעם גרויסן ציבור וואס האט זיך צוזאמגענומען ביים אהל הקדוש, האבן פילע אידן מיטגעהאלטן די הייליגע עבודת התפלה פונעם רבי׳ן שליט״א אינדרויסן פון אהל. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינס זון הרה''צ רבי אהרן שליט''א אבד''ק קרית יטב לב בלימינגרבורג.
נאכן אמירת תהילים האט דער רבי פארגעזאגט די יהי רצון וואס האט ווי געשפאלטן הימלען און געעפנט די שערי רחמים, ווען טייכן טרערן זענען געפלאסן פון די מתפללים.
עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים אינעם גרויסן שאטער פון "בוני צאנז" וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש איבער דער הייליגער שטאט צאנז, וואס איז אנגעזאפט מיט קדושה וטהרה, און האט אמאל געשיינט ווי א ליכט פאר גאנץ גאליציע, אונגארן און פוילן, ווען דער הייליגער צאנזער רב זי״ע האט דארט געפירט די הנהגה, און אפילו נאך זיין הסתלקות איז עס געבליבן א תל תלפיות וואו אידן פון אלע עקן וועלט זענען געקומען אויסגיסן דאס הארץ ביים מקום מנוחת קדשו.
זונטאג אין די פריע פארטאגס שטונדן איז געווארן צוגעשטעלט שאטעלס פארן גאנצן ציבור צו קענען גיין צו די בתי חיים אין קראקא. אין די זעלבע צייט האט א גרויסער ציבור זיך געשטעלט דאווענען שחרית, הלל און מוסף לכבוד ראש חודש סיון.
דער רבי שליט"א איז בחדרת קודש אריין אינעם איר אלטן בית החיים און מתפלל געווען ביי די מקום מנוחתם פון רבותינו הקדושים גאוני וקדושי עליון זי"ע, רבינו הרמ"א, דער מגלה עמוקות, דער ב"ח, רבי ר' העשיל מקראקא, דער מגיני שלמה, תוספות יום טוב, רבי אליעזר אשכנזי בעל מעשי ה'.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין ליזענסק. ביים אנקומען איז דער ציבור ארויף צום הייליגן ציון. צום ערשט איידער דער רבי שליט"א איז ערשינען האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פון הרה"ג ר' לייבוש דייטש שליט"א וועלכער האט מעורר געווען דעם ציבור לקרוע שערי שמים. א גרויסער ציבור האט געזאגט די תפילה קודם התפלה פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע. ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען האט ער מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א אלס שליח ציבור.
נאך אמירת תהלים איז געווען צוגעגרייט מיני טעימה אינעם בארימטן הכנסת אורחים ליזענסק. א גרויסער טייל האט אויך אריינגעכאפט א טבילה במקוה אין די ארטיגע מקוואות וואס זענען געווען צוגערישט פאר די הונדערטער געסט.
פון ליזענסק האבן זיך די באסעס ארויסגעלאזט צום עירפארט אין ריישא, וואו עס איז געווען דער לעצטער דעסטינאציע פון די געהויבענע נסיעה.
אונטערוועגנס צום לופטפעלד האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט אין שינאווא וואו ער האט פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם הייליגן שינאווא רב זי''ע און דערנאך געלייגט דעם אבן הפינה פארן נייעם בנין הכנסת אורחים "בית שינאווא" וואס ועורט געבויט סמוך ונראה צום ציון. דער רבי האט דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און אנגעוואונטשן די עסקנים אין שפיץ פון בנש"ק הרב לייבוש באבד שליט"א דער בריח התיכון פון דעם פראיעקט.
צו די באשטימטע שעה האט זיך דער פליגער געהויבן און דערמיט איז געקומען צו אן ענדע די היסטארישע טעג בצילא קדישא עילאה.










































































































תגובות