זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט אן אויסטערלישע געהויבנקייט ורגשי קודש האבן פילע צענדליגער נגידי ותומכי חצר הקודש גור זוכה געווען מיטצולעבן די גייסטרייכע "ימי ועידה" בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וואס איז היי-יאר אפגעראכטן אין א רייכע האטעל-קאמפלעקס אין קפריסין, וואו מ'האט אין לויף פון דריי טעג, פון דאנערשטאג חיי שרה ביז זונטאג תולדות, געקוואלן פון 72 שעות של קורת רוח ותענוג רוחני בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א, באגלייט מיט אינהאלטסרייכע מעמדי הוד לכבוד הנגידים בעם.
דאנערשטאג נאכמיטאג האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט ממעון קדשו צום לוד לופטפעלד, און אויפגעשטיגן אויפ'ן געדינגענעם טשארטער, וואו עס האבן שוין אפגעווארט די הונדערטער משתתפי הנסיעה פון ארץ ישראל און פון חו"ל, וועלכע האבן געהאט די זכי' במשך די רייזע צו משתעשע זיין מיט'ן רבי'ן אויף א פערזענליכן פארנעם.
אנקומענדיג אין קפריסין איז דער רבי תיכף צוגעפארן צום האטעל, און אויפ'ן פלאץ צוערשט געדאווענט מעריב מיט'ן ציבור, און דערויף איז געעפנט געווארן די "ימי ועידה" מיט'ן אייגנארטיגן מעמד "שיח חכמים" ווען הגאון רבי אברהם ישעי' שפירא שליט"א פון בני ברק, דער בוחן ראשי פון די גורע תורה-רעוואלוציע "מזומנים", האט פארהערט צוועלף בחורים און ילדי תשב"ר פון די גור'ע מתיבתות און תלמודי תורה אין ארץ ישראל, וועלכע האבן געצייגט שטוינענטע ידיעות אין גאנץ ש"ס, עס איז אויך געווען א געלעגעהייט פאר די נגידים פארצולייגן שאלות בכל חלקי הש"ס, און זיי זענען געבליבן פארגאפט זעענדיג ווי די פרחי תלמידי חכמים ענטפערן כזקן וכרגיל בכל מקום ששואלין.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעצייגט א שטארקע קורת רוח און ווען מ'האט געענדיגט האט דער רבי געהייסן ממשיך זיין דעם פארהער, און עס האט זיך ווידער אנטוויקלט א ריתחא ושעשועי אורייתא, פאר א פרישע דריי-פערטל שעה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דעם רבי'נס איידעם הגאון רבי אברהם העניך זילבערשטיין, דערנאך דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי נחמי' אלטער שליט"א, און דאן האט מען געהערט די דבר הנהלה דורכ'ן מנהל המוסדות הרה"ח ר' יונתן בורנשטיין, וועלכע האבן כולם פה אחד ארויסגעברענגט רגשי לבבם פון די אומגלויבליכע מחזה וואס מ'האט נארוואס בייגעלעבט ווי עס וואקסט אונטער א דור פון אמת'ע תלמידי חכמים אינערהאלב די גור'ע חינוך אימפעריע.
דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, טוענדיג זיך באדאנקען פאר אלע וועלכע האבן זיך מטריח געווען מרים צו זיין דעם כח התורה.
נאכ'ן מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א רייכע נאכטמאל פאר אלע נגידים, באגלייט מיט א מוזיקאלישע פלאטפארמע אנגעפירט דורכ'ן בעל מנגן ר' דוד קאליש מיט א קינדער-קאפעליע.
דורכאויס ליל שישי און פרייטאג ערב שבת איז געוועהן א ספעציעלער געלעגנהייט פאר די נגידים אריינצוגיין אל הקודש פנימה מיט א קוויטל, אנדערש ווי דער סדר אין גור האט זיך יעדער געקענט אויפהאלטן און פארלייגן זיינע הזכרות און שאלות נהנה צו זיין עצה ותושיע פונעם רבי'ן שליט"א כשהמלך בשדה.
ערש"ק אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר די נגידים אריינצוגיין צום רבי'ן לברך ולהתברך און נהנה זיין עצה ותושי'.
שפעטער ער"ש נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען אינעם אולם הסעודות, און געצינדן די נירות שבת. צו קבלת שבת און מעריב איז צוגעגאנגען דער באקאנטער בעל תפלה אין גור אין די ימים נוראים, הרה"ח ר' משה גדלי' לעוו. נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריין אינעם חדר מיוחד, און אלע חברי הנהלה פון איחוד מוסדות גור האבן געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין וואונטשן גוט-שבת.
דער הויכפונקט איז געווען דער טיש פרייטאג צונאכטס, וואס דער רבי האט געגעסן אינאיינעם מיט די משתתפי השבת, די סעודה האט זיך פארצויגן אויף איבער צוויי און אהאלב שעה. אין לויף פונעם טיש האט מען געזינגען מערערע אלטע מארשן פונעם אוצר הניגונים לבית גור, וואס האט אויפגעברענגט גרויס רגש און נאסטאלגיע מימי קדם. דער רבי האט מערערע מאל משמיע געווען דברי תורה פאר בנו יקירו הרה"צ ר' נחמי' שליט"א און חתנו הרה"ג ר' אברהם העניך זילבערשטיין, וועלכע זענען געזיצן צו זיין זייט, און מ'האט דאס שפעטער איבערגע'חזר'ט פאר'ן עולם.
אויפ'ן אויבן-אן האבן אויך באשיינט די מערכי השבת, הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל אמעריקע, און הנגיד ר' יעקב קליין, וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ אין אראנדזשירן און פינאנצירן דעם מלכות'דיגן שבת. מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען ר' שלמה ווערדיגער.
נאך די סעודה איז פארגעקומען א היסטארישע זאך, ווען עס איז אפגעהאלטן געווארן א "פאנעל" מיט'ן רבי'ן שליט"א פערזענליך, פאר איבער א שעה צייט, ווען אלע נגידים וואס זענען אנגעשלאסן אינעם קרן "מוסיף והולך" להחזקת אברכי כוללי גור, וואס דער רבי האט געגרינדעט דריי יאר צוריק, האט געקענט פארלייגן שאלות בהלכה אדער מנהגים, אויף וואס דער רבי האט אויף יעדע שאלה געענטפערט בטוב טעם ודעת און אויסטערלישע בקיאות וידענות.
אין אן מאמענט פון איבערראשונג האט זיך דערויף אויפגעשטעלט הרה"ח ר' איטשע מאיר טולמאן מזכיר פונעם רבי'נס שטוב, און אפעלירט ביי די מחזיקי תורה ווער ס'וויל זיך אונטערנעמען צו שטיצן דעם קרן פאר א פרישע פעריאד פון דריי יאר. אן אטעם-פארכאפנדע שטימונג האט באנומען דעם זאל ווען עס האט זיך דערויף אויפגעשטעלט הנגיד ר' ישראל מרדכי ברוינשטיין און געזאגט אז ענדערש זאל זיך אנרופן דער וואס איז 'נישט' מסכים צו שטיצן דעם קרן... און איבריג צו זאגן אז קיינער האט זיך נישט אנגערופן, און אזוי איז געבליבן די איינשטימיגע הסכמה פון אלע נגידים צו ממשיך זיין מיט די מיליאנען-דאלארנדיגע שטיצע פאר לומדי תורה פאר א פרישע דריי יאר.
שחרית שבת צופרי האט פארגעדאווענט הנגיד ר' דוד פלוטשעניק, די עליות איז פארקויפט געווארן פאר "אכציג טויזנט דאלאר" יעדע עלי'.
כמעשהו בראשונה האט זיך איבערגע'חזר'ט די קירבה יתירה על שלחן המלך ביי די מיטאג סעודה, ווען דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור אינאיינעם מיט די נגידים, און האט זיך פארצויגן פאר ארום צוויי שעה. מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הנגיד ר' יעקב קליין.
ביי שלש סעודות האט דעם רבי'נס מזכיר ר' איטשע מאיר טולמאן אויסגערופן אז גלייך נאך הבדלה וועט מען פארטיילן דעם ספה"ק "אורחות צדיקים", און דערויף וועט מען ברוב עם הדרת מלך לערנען א שיעור מוסר, אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א. אזוי איז טאקע געווען, ווען נאך הבדלה האט מען פארטיילט דעם ספר אורחות צדיקים פאר אלע נגידים, און דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי נחמי' אלתר האט דערביי אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער אז עס ווערט יעצט געעפנט א נייעם סדר הלימוד אין ספרי מוסר, וואס וועט אנגיין אין אלע גורע שטיבלעך, צו לערנען מוצאי שבת. אומר ועושה, האט הרה"צ ר' נחמי' תיכף אנגעהויבן פארלערנען דעם שיעור שיעור אינעם לוח הלימוד, אינעם שער התורה, בספר אורחות צדיקים, וואס דער ציבור האט געשלונגען מיט דורשט, ווען דער רבי זיצט דערביי און האלט מיט דעם שיעור.
דערנאך האט מען געהערט די התרגשות'דיגע דברי סיום פונעם שבת דורך הנגיד ר' שלמה ווערדיגער, וועלכער האט מחזק געווען אלע שותפים נאמנים בהחזקת איחוד מוסדות גור. דערנאך זענען אלע נגידים אריבער ביים רבי'ן און דער רבי האט פארטיילט סיי א שבת'דיגער סידור און סיי א וואכנדיגער סידור, און יעדער האט זיך מזכיר געווען לישועה והצלחה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה, און די אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט אריינצוגיין פרייטאג, איז יעצט אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך.
בין הנכנסים איז אריין צום רבי'ן דער שליח חב"ד פון קפריסין, הרב ארי' זאב ראסקין, אינאיינעם מיט די אנדערע חב"ד שליחים פונעם ארומיגן ראיאן, הרב ראסקין האט געשילדערט פאר'ן רבי'ן די אנגייענדע פעולות אין געביט פון כשרות און מקוואות וואס מ'טוט אויף פאר די אידישע איינוואוינער אין קפריסין, און דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אויף אלע פרטים און מאציל געווען ברכת קדשו.
באזונדער איז אויפגעברענגט געווארן איבער די טראגישע מארד פונעם חב"ד שליח אין דובאי, הרב צבי קאגאן הי"ד, וואס מ'האט דאן, מוצאי שבת, נאכנישט געוואוסט איבער די טרויעריגע ענדע, און דער רבי האט אויסגעדרוקט גרויס זארג איבער זיין וואוילזיין.
שפעטער מוצאי שבת איז פארגעקומען די צענטראלע חגיגה מפוארה, באגלייט מיט אן אינהאלטספולער פראגראם פון דרשות און פרעזענטאציע. עס האבן מהנה געווען מיט חרוזים די לעגענדארע פיגורן אינעם עולם הנגינה, דער חזן ר' איטשע מאיר העלפגאט און דער בעל מנגן ר' ישראל אדלער.
צום שלוס איז פארטיילט געווארן א גאר טייערע מתנה פאר אלע נגידים, א קונצליך נאכגעמאכטע "מנורה" פונעם רבי'נס מנורה, די היסטארישע ירושה וואנט-מנורה פונעם הייליגן ריזשינער זי"ע.
זונטאג צופרי נאך שחרית האט דער רבי פארלאזט קפריסין אויפ'ן וועג אהיים קיין ארץ ישראל, מיט א פריוואטן פליגער אינאיינעם מיט אלע נגידים, וועלכע האבן זיך שווער געקענט שיידן פון די געהויבענע ימי אורה וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן בצל הקודש.
Comments