top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וחסידים ברנה יגילו • דערהויבענער שמחת נישואין פון אייניקל ביי האד' מתולדות אהרן ואחיו ראש ישיבת תולדות אהרן

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 24 בדצמ׳ 2024

מאנטאג פ' מקץ • כ"ב כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: רפאל שווארץ, JDN


בשמחה והתרגשות האבן זיך הונדערטער חסידי תולדות אהרן מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די שמחת החתונה פון א בשותפותדיגע אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און אחיו נהגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן פארלאפענעם וואך אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.


בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ נחום קאהן שליט"א אב"ד תולדות אהרן בית שמש - גבעת ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, מיט די חתן א זון פון בנש"ק הרה"ג ר' בן ציון הורוויץ שליט"א פון לאנדאן, נכד צדיקי בית באבוב און הארניסטייפל.


ארום זיבן אזייגער איז דער תולדות אהרן רבי אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים, וואו מ'האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות. נאך קריאת התנאים האט הרה"ח ר' חיים אהרן בריזל ממשוררי בית תולדות אהרן געזינגען גראמען לעורר זכות אבות.


ביי די מעמד החופה בחצר ביהמ"ד הגדול איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מכבד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה הרה"צ ר' יעקב ישראל מייזליש אב"ד קרית באבוב, ברכות ראשונות די זיידע פון כלה הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע פון חתן הרה"ג ר' ישראל שמואל הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב לאנדאן, נאכן חופה האבן זיך די זיידעס ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און די רבי האט געוואונטשן מזל טוב, און דערנאך מכבד געווען די ברודער די זיידע הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א צו וואונטשן דעם ציבור הנאספים לכבוד די שמחה.


תיכף נאכן חופה איז געווען צוגעגרייט די סעודת החתונה בהרחבה פאר אלע חסידים, צום באשטימטן צייט איז דער רבי ערשינען צו די חתונה לקול תרועת השמחה, און זיך געוואשן צום סעודת החתונה, ווען די ציבור חסידים הייבן זיך מיט ריקודין של שמחה אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה. צוליב די וואוקס פונעם ציבור בלי עין הרע און מאנגל אין פלאץ אינעם גרויסן ביהמ"ד האבן די הונדערטער ילדי תשב"ר נישט מיטעגהאלטן די שמחת החתונה אין ביהמ''ד ווי שוין איינגעפירט ביי די לעצטערע חתונות בחצר הקודש.


נאכן בענטשן איז מען צוגעטרעטן צום מעמד המצוה טאנץ ברגשי קודש, ווען צוערשט האט געטאנצן די זיידע די ראש ישיבה שליט"א, און דערנאך האט מען זיך צוגעגרייט בהכנה דרבה צו די ריקודי קודש פונעם רבי'ן שליט"א, מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש איבער די גרויסקייט פון די יעצטיגע עת רצון. דאן איז דער רבי צוגעטרעטן צום חלל פון ביהמ"ד און געטאנצן די ריקודין עילאין לפני הכלה, דערנאך מיטן חתן און די זיידעס און מחותנים. נאכן רבינס מצוה טאנץ האט זיף משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועם די רבי האט האט מכבד געווען מיט לחיים און דערנאך מכבד געוועהן מיט א שמעק טאביק. דערנאך האט די גראמער ר' בנימין סטאריק הי"ו אויסגעגראמט די אנדערע מחותנים און זיידעס און צום לעצט די חתן לפני הכלה.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page