הילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זצוק"ל אפגעראכטן בתהעוררות רב בצל בנו האד' מתולדות צבי דספינקא
- לפני 23 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גרויסער ציבור האט מיטגעהאלטן די הילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זצוק"ל בצל הקודש פון בנו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, וואו דער גייסט פון די הילולא קדישא האט זיך געשפירט שוין שבת לפני ההילולא וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן במקום הנופש אין קרית יואל מיט פילצאליגע אורחים וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת.
ביים עריכת השולחן פון ליל שב"ק האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט סיפורי קודש פונעם בעל ההילולא זי"ע, און פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע. בצפרא דשבתא איז פארגעקומען א קידושא רבה לכבוד שבת יארצייט און לכבוד די בר מצווה פון רבינ'ס אייניקל הב' שמואל צבי זון פון בנו הגה"צ רבי נפתלי הירצקא הורוויץ שליט"א, שבת נאכמיטאג האט מען געהערט דעם שיעור בפרקי אבות פון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא הורוויץ שליט"א דומ"ץ ספינקא, מיט א שלל פון זכרונות וסיפורים, און ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מעורר געווען מיט ווארעמע דברי חיזוק והכנה צום הילולא קדישא.
מוצאי שבת איז א גרויסער ציבור זיך צוזאמגעקומען צו די מלוה מלכה וואס איז אפגעראכט געווארן לקראת ההילולא, ביי וועלכן מ'האט געהערט אינטערעסאנטע זכרונות וסיפורים פון זקני וחשובי העדה.
זונטאג נאכט בליל ההילולא איז דער רבי אריינגעקומען צו תפלת מעריב און דערנאך דעם מסיבת לחיים אין ספינקא ביהמ"ד אין קרית יואל, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי הכנה וכיבושין איידער די עליה לציון הקדוש, און דער ציבור איז דורך וואנטשן לחיים.
צומארגנס מאנטאג אונדערפרי האט דער רבי געדאוונט שחרית פארן עמוד ברוב עם, שפעטער נאכמיטאג איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים בהאי יומא רבה, און נאך מנחה האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין ניו דזשערסי, פוקד צו זיין מקום מנוחתו פונעם בעל ההילולא אויפ'ן ספינקער חלקה, וואו עס איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן דעם התרגשות'דיגן מעמד התעוררות.
איידער אמירת תהילים האט דער רבי געצינדן ליכט און משמיע געווען קארצע דברי הכנה, נאך אמירת ספר רביעי שבתהילים וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בהתעוררות רב, האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם פלאמעניק הגה"צ אב"ד באראוו שליט"א פארצוזינגען שיר למעלות אשא עיני וואס איז מסוגל אויף שידוכים, דערנאך האט דער רבי שליט"א באזונדער מעורר געווען דעם ציבור מיט הייסע בכיות צו מתפלל זיין פארן פלאמעניק כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל וועלכע האט זיך דאן געפינען על ערש דווי, און דאן האט מען געזאגט שיר המעלות ממעמקים בנוסח ימים נוראים. צום שלוס האט דער רבי פארגעזאגט די יהי רצון און י"ג מידות של רחמים בדמעות שליש, און דערמאנט נעמען פון אידישע קינדער המצפים לישועה חולי ישראל און יושבי חושך וצלמוות.
גאר א שטארקער התעוררות האט געהערשט ביים ציון הק' ביים מעמד "הגלה נא" וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען, זייענדיג מסוגל אויף זיווגים הגונים, בדרכו פונעם בעל ההילולא זי"ע.
במשך די גאנצע מעמד עלי' לציון האט זיך איבער'ן גאנצן ארום געהערט די בכיות נמרצות פונעם ציבור, זייענדיג מתפלל אויף ישועות ורפואות אין אלע ענינים. נאכן מעמד איז מען פארריבער א לענגערע צייט זיך מזכיר צו זיין ביים רבי'ן שליט"א מיט קוויטלעך וואס דער רבי האט ארויפגעלייגט ביים ציון, און יעדן געוואונטשן איש איש כברכתו.
שפעטער איז אפגעראכטן געווארן די צענטראלע סעודת הילולא אינעם גרויסן זאל נאנט צום ציון הק' אין ניו דדזשערזי, וואו דער רבי שליט"א האט מעריך געווען שולחנו סעודת ההילולא קדישא און געמאכט דעם סיום הש"ס ומשניות, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות מבית מדרשו של רבי.
מ'האט דערביי געהערט די דרשות וזכרונות פונעם רבינ'ס קינדער הגה"צ רבי יחזקאל שרגא הורוויץ שליט"א דומ"ץ ספינקא און הרה"צ רבי משה יעקב הוורוויץ שליט"א, דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש, מיט עובדות והנהגות באגלייט מיט דברי הדרכה והתחזקות וואס מען דארף מיטנעמען פון דעם גרויסן טאג, לידע את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון. צום שלוס האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס און די ציבור איז דורך באקומען כוס של ברכה.





























תגובות