זריזין מקדימין: האד' מסאטמאר באזוכט אין סאטמארער מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג
- Bechatzros admin
- 25false14 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

פארלאפאנעם וואך למחרת פון די חתונה הגדולה פון א אייניקל ביי כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אין וויליאמסבורג, איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת אין וויליאמסבורג, ווי מען האט שוין אנגעהויבן די מאסיווע פראדוקציע צוצושטעלן מהודר'דיגע מצות צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מצות, לקראת חג הפסח הבעל"ט.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין אלע אפטיילונגען פון די בעקעריי און געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה ר' ברוך יהודה שפיטצער הי"ו, איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן היי יאר, דער רבי האט דרעביי אנגעוויזן פארשידענע הוראות און דערנאך מפריש געווען חלה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת בית האופה.












