top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמורי״ם מבאבוב־45 און ראחמיסטריווקא וועלן אינאיינאם אפרייזן קיין שיקאגא לרגל א משפחה שמחה

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם קומענדיגן דאנערשטאג וועלן די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפרייזן אינאיינעם קיין שיקאגא וואו די צוויי חשובע שוואגערס האדמור"ים וועלן באשיינען די חתונה בבית גיסם הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייטצען שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, בנישואי בתו למזל טוב, מיט די חתן א זוהן פון הגה"צ רבי יהושע אשר ווייסבלום שליט"א אבד"ק סערצין, די חתונה קומט פאר דעם דאנערשטאג במקום מגורי הכלה אין שטאט שיקאגא.


לכבוד די שמחה בבית צדיקים וועט דער ראש המשפחה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אפפליען קיין שיקאגא אינאיינעם מיט עטליכע ברידער הרבנים הגאונים הצדיקים, און זיין שוואגער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מיט א ספעציעל-אפגעדינגענעם פריוואטער פליגער וואס וועט ארויספארן פון ניו יארק דאנערשטאג מיטאג צייט.


צוליב די קורצע פרייטאג ערב שבת וועלן זיך די אדמור"ים אומקערן אהיים קיין בארא פארק תיכף נאכן טאנצן מצוה טאנץ ביים חתונה.


ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועט דאס זיין די ערשטע נסיעה זינט ער האט איבערגענומען די כתר האדמור"ות מיט אריבער צוויי יאר צוריק.

bottom of page