top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר לאזט איבער טיפזיניגע קשיא פאר די תלמידים ממקום הנופש בכתי"ק, דאסמאל בכתב יד קדשו

  • Bechatzros admin
  • 48false07 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש

א תורה'דיגע קאך ופלפולא דאורייתא נעמט ארום די אריבער טויזנט תלמידי המתיבתא קרית יואל צו פארענטפערן די טיפזיניגע קשיא וואס דער ריש מתיבתא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיי איבערגעלאזט ממקום הנופש, דאסמאל אין אן ערשטמאליגע ערשיינונג בכתב יד קדשו.


געווענליך לאזט דער רבי שליט"א איבער די קשיא בעל פה, אויפטרעטנדיג פאר די תלמידים איידער'ן זיך ארויסלאזן אין וועג, זיך געזעגענענדיג מתוך דבר הלכה, אבער אצינד ווען ס'איז געווען אנגעשטרענגטע סדרי הימים מיט די שמחת החתונה און שבעת ימי המשתה פונעם רבי'נס אייניקל, איז נישט אויסגעקומען קיין געלעגנהייט דער רבי זאל איבערגעבן די קשיא איידער'ן ארויספארן, האט דער רבי שליט"א אפגעשריבן די קשיא בכתב יד קדשו, און עס אפגעשיקט צו די תלמידים.


אינעם מכתב קודש צו תלמידיו הנאמנים הייבט דער רבי אן מיט א התנצלות אז איידער'ן ארויספארן האט ער נישט געהאט קיין צייט לבוא לפניכם בברכת פרידה ולהציע קושיא בהסוגיא שלומדים כעת, אעפ"כ אמרתי לא אמנע טוב מאתכם.


דער רבי שליט"א איז ממשיך אז ער שרייבט זיי דא עטליכע הרהורי דברים בהסוגיא, ואין נא אלא לשון בקשה לעיין בכל הנ"ל בעיון היטב, און פירט אויס מיט א ברכת ברכה והצלחה אין די לימודים ובכל הענינים.


דאן שרייבט דער רבי שליט"א אפ די קשיא אין די סוגיא אין מסכת בבא בתרא דף ל', וואו דער רבי שטעלט פאר פיר קושיות חמורות אויפ'ן קצות, אלעס אפגעשריבן בעצם כתב יד קדשו.


די קשיא איז פארשפרייט געווארן צווישן אלע סניפי הישיבה, וואו מ'איז אצינד פארקאכט במלחמתה של תורה צו פארענטפערן די קושיות וואס וועלן דערנאך אפגעשיקט געווארן צום רבי'נס אפרו ארט אין פאלם ספרינגס, להחיות נפש צדיק.

bottom of page