top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אברהם יצחק וועט פארבלייבן אין ניו יארק; הונדערטער אידן האלטן מיט דערהויבענעם שבת בצל הקודש

זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

חסידי תולדות אברהם יצחק אין ניו יארק זענען דעם ערב שבת נתבשר געווארן די בשורה טובה ומשמחת אז מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט פארבלייבן אין ניו יארק. ווי ברייט באריכטעט איז דער רבי שליט"א פארלאפענעם מוצאי תשעה באב אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין ניו יארק, צוליב א שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן שליט"א, גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז די רבי שליט"א וועט מעגליך זיך אומקערן אהיים קיין ארה"ק פריער ווי געפלאנט, די דאזיגע נייעס האט איינגענומען די הערצער פון הונדערטער תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק בארה"ב, וועלכע האבן געהאפט צו האבן דעם רבי'ן אין ניו יארק נאך צוויי וואכן.


נאכדעם וואס דעם רבינס לייב דאקטער איז געקומען צו פליען פון ארץ ישראל און האט איבערגעקוקט די טעסטס און געזען א שינוי לטובה אינעם רבינ'ס מצב הבריאות איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט פארבלייבן אין ניו יארק ווי דער פלאן האָָט געלויטעט, און מיטהאלטן די חתונה פון אן אייניקל די קומענדיגע וואך.


כמעשהו בראשונה האבן הונדערטער חסידים און תושבי קרית יואל מיטגעהאַַלטן אויך דעם שבת די דערהויבענע מאָָמענטן בצל הקודש אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ע"י בית האכסניא פון רבי'ן אין וואודבערי דזשאנקשען. שבת איז אויך געפראוועט געווארן די עלייה לתורה מוקדם פונעם רבינס אייניקל א זוהן פון הקדוש הרה"צ רבי לייבוש טייטלבוים ז"ל הי"ד.


אויף שבת האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינס איידימער כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, הרה"צ רבי יעקב טייטלבוים אבד"ק תולדות אברהם יצחק מאנסי, און הרה"צ רבי משה הורוויץ אבד"ק אור נפתלי מאנסי. אויסער די פילע הונדערטער געסט וועלכע זענען געקומען צו פארן אויף שבת, האבן צענדליגער אידן פון קרית יואל געמאכט דעם לאנגן וועג צו מיטהאלטן חלקים פונעם שבת. די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די תפילות און טישן למעלה מכוחותיו, ווען דעם רבינס דאקטער שטייט צו זיין זייט דורכאויס גאנץ שבת על כל צרה שלא תבוא. ליל שב"ק האט זיך דער טיש פארצויגן אריבער פיר שעה און איז פארענדיגט געווארן אזוי שפּעט ווי דריי אזייגער פארטאגס. די זעלבע איז געווען ביים מיטאג טיש און ביי של"ס ווען דער שאטער איז געווען איבערגעפולט מיט הונדערטער אידן וועלכע האבן מיטגעהאלטן די דערהויבענע מאמענטן. מוצאי שבת האט מען זיך משמח געוועהן ביים שמחת הפארשפיל בתופים ומחולות לכבוד די שמחה אינעם רבינס הויף.



Comments


bottom of page