top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סלאנים האלטן מיט געהויבענע ימי הביקור פון האד' מסלאנים אין ניו יארק

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

חסידי סלאנים אין אמעריקא און תושבי מאנסי בפרט לעבן מיט געהויבענע טעג במחיצת הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, וואס איז אנגעקומען אויף א לענגערע ביקור חיזוק בקרב חסידיו אין שטאט מאנסי.


דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין ניו יארק זונטאג פרשת יתרו, וואו א גרויסער ציבור חסידים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן אין לופטפעלד, תיכף נאכן לאנדן איז דער רבי צוגעפארן צום אכסניא אין מאנסי.


מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין מאנסי, וואו דער רבי האט עולה געווען לתורה און געבענטשט "הגומל" בשם ומלכות, נאכן דאווענען זענען די הונדערטער חסידים אריבער שלום נעמען פונעם רבי'ן.


פארמיטאג האט דער רבי אפגעראכטן דעם שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש מעניני דיומא. ביים טיש האבן זיך באטייליגט עטליכע רבנים חשובים פון שטאט, צווישן זיי הגה"צ רבי חיים פאוויל שנעעבאלג אבד"ק אברכים מאנסי, און הגה"צ רבי  שלמה פינחס מאלאוויצקי אבד"ק סלאנים מאנסי, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות און אנגעוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.


אויפדערנאכט איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים רבתי אין זאל פון בנות ישראל וויזניץ אויף מעיפל עוועניו, וואו דער רבי האט משמיע געווען א יסודות'דיגע דרשה מיט דברי הדרכה זיך מחזק צו זיין קעגן די נסיונות הזמן, ביים מעמד האבן זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א און הגה"צ רבי משה שמעון וואזנער אבד"ק שאטו פארק לעיקוואד.


דורכאויס די וואך האבן די חסידים געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה מיט קוויטלעך נהנה זיין עצה ותושיה, און דער רבי האט געדאווענט די תפילות בבית מדרשו אויף פילעס טערעס גאס אין מאנסי.


מיטוואך אויפדערנאכט האט דער רבי שליט"א באשיינט די שמחת החתונה בבית וויזניץ לאנדאן וואס איז פארגעקומען אין מאנסי. ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מווויזניץ לאנדאן שליט"א, בידידות רב.


שפעטער אין די נאכט שעה'ן איז פארגעקומען א "חבורה כללית" אין א גרויסע זאל אין שטאט, ספעציעל פאר הונדערטער בחורי חסידי סלאנים וואס זענען געקומען צופארן פון איבער גאנץ אמעריקא און קאנאדע. דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה באורחות החיים ובדרכי החסידות, א באזונדערע געלעגנהייט איז געגעבן געווארן פאר די בחורים פארצושטעלן שאלות בעבודת השם, און דער רבי האט יעדן געענטפערט בשפה ברורה מיט א קלארקייט און בטוב טעם ודעת.


דאנערשטאג נאכט האט דער רבי אפגעראכטן דעם יארצייט טיש לרגל די הילולא פונעם הייליגן "דברי שמואל" מסלאנים זי"ע אינעם זאל פון בנות ישראל וויזניץ, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און משמיע געווען דברי תורה במשנתו פונעם בעל ההילולא, באגלייט מיט סיפורים, עובדות און הנהגות קודש.


ביים טיש האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וועלכער איז געזעסן מיט גרויס הכנעה כעבדיה קמיה מאריה, דער סקולענער רבי האט דערנאך איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם נייעם ספר "מאור ישראל" מדברי תורתו פון אביו הרה"ק מסקולען זצוק"ל און האט צוגעשריבן א ווארעמע הקדשה בכתב ידו.


די הויכפונקט פונעם באזוך איז געווען דער שבת קודש פרשת יתרו, צו וועלכן הונדערטער חסידים און מעריצים זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק, ניו דזשערזי און קאנאדע להסתופף בצל הקודש. די תפילות און טישן זענען אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן זאל "תפארת עלקא", און פאר די פילע געסט איז געווען צוגעשטעלט אש"ל מלא אין די דערנעבנדיגע בנינים.


פרייטאג צונאכטס האט דער רבי פארגעדאווענט קבלת שבת, און נאכן דאווענען זענען די חסידים אדורך  "גוט שבת" און מען איז געטאנצן "ישמחו במלכותך" כנהוג. דער טיש איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרוממות הנפש אויפן סלאנימער שטייגער אנגעהויבן פון שלום עליכם און קידוש. נאכן בענטשן איז מען ארויס אין א ריקוד, און שפעטער איז פארגעקומען א פירות טיש וואס האט זיך פארצויגן ביז קרוב צו דריי אזייגער פארטאגס.


שבת אינדערפרי ביי קריאת התורה איז די עליה פון שישי פארקויפט געווארן פאר א גאר הויכע סומע דורך איינע פון די נגידי החסידות, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא, און דערנאך דער מיטאג טיש וואו דער גאנצער עולם האט מיטגעגעסן אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, בשעת דער רבי פארברענגט מיטן ציבור מן ההר אל העם.


מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א גרויסע מלווה מלכה מיט די באטייליגונג פון חשוב'ע רבנים, וואו דער רבי האט דערציילט סיפורי קודש. נאכן מלווה מלכה איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די מתיבתא הגבוה דסאטמאר מאנסי, אויף דח ספעציעלע איינלאדענונג פון הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א, אבד"ק סיגוט.


ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אויפגענומען געווארן בשירה וזמרה דורך די הונדערטער בחורים. דער רבי האט דארט משמיע געווען א יסודות'דיגע שמועס, און בתוך הדברים געשילדערט פון זיינע פערזענליכע זכרונות פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע.



bottom of page