top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע אפגעראכטן בהתעוררות רב בצל נכדו האד' מבאבוב-45

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' טהרה • א' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התעוררות האבן חסידי באבוב-45 אפגעצייכנט דעם כ"ה ניסן די 150'סטע הילולא קדישא פונעם ראש השושלת מאור הגולה הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע בצל הקודש פון נכדו כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וועלכער איז ווי ברייט באקאנט אדוק ומקושר במשנתו הטהורה, בתורתו ובאורו הבהיר.


שוין אנגעהויבן ביים שבת יארצייט שבת קודש פרשת שמיני האט דער רבי שליט"א ביי אלע דברי תורה און מאמרים נאכגעזאגט מדברי תורתו פונעם בעל ההילולא, און צום קלימאקס ביי שלש סעודות ווען דער רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות און מעורר געווען דעם ציבור זיך מחזק צו זיין בתשובה ותיקון המעשים אריינטרעטנדיג אינעם הייליגן טאג.


מוצאי שבת קודש האט דער רבי געדאוונט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית מדאמבראווא ע"ה, דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט קדיש יתום און געצינדן די יארצייט ליכט לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע. ביים וועכנטליכן מלוה מלכה סעודה אינעם אלטן בית המדרש אויף די 45'סטע גאס האט דער רבי מרחיב געווען מיט סיפורי צדיקים און עובדין קדישין פונעם גרויסן צאנזער זיידן זי"ע.


זונטאג דורכאויס דעם טאג איז געווען ספעציעלע "זמני כניסה" וואו חסידים ואנשי מעשה האבן איבערגעגעבן פתקי דרחמי להפקד בדבר ישועה ורחמים אין דעם גרויסן טאג.


לעת ערב נאך מנחה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שלחן הטהור סעודת הילולא רבתי, וואו מען האט געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות און ניגוני קודש לבית צאנז. דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ אב"ד בריגל שליט"א, אן אייניקל פונעם בעל ההילולא, פארצוזינגען דעם ניגון "אב הרחמים" און דאן משמיע געווען לענגערע דברות קודש מיט פייערדיגע דיבורים איבער די מסירות נפש און עבודת התפילה פונעם זיידן, און אויפגעפלאמט די הערצער זיך מדבק זיין אין די הייליגע דרכים.


א ספעציעלע התעוררות האט געהערשט ביים ענדע פון די דברות קודש ווען דער רבי שליט"א האט מעורר געווען רחמי שמים בזכותו של אותו צדיק לישועתן של ישראל, באטאנענדיג אז שוין הונדערט פופציג יאר וואס אידן ווערן געהאלפן אין דעם הייליגן טאג בזכותו של אותו צדיק. דער רבי האט אויסגערעכנט די ישועות און הצטרכויות אין וואס אידישע קינדער בכל מקום שהם נויטיגן זיך, און מעורר געווען צו שטיצן בעין יפה דעם 'קרן אור החיים' דק"ק באבוב 45 וואס העלפט ארויס מחותנים בעת שמחתם.


ביים טיש האבן זיך אנגעזען צענדליגע רבנים נכדי בעל ההילולא, צווישן זיי הרבנים מנירבאטור, זאבנא, ביקאוואסק, דזיקוב און מאנאסטריטש.


דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון אויפן הייליגן בעכער פונעם דברי חיים זי"ע, און נאכדעם האבן אלע חסידים געהאט די זכיה דורכצוגיין און נעמען "כוס של ברכה" פונעם הייליגן בעכער כוס ישועות. ביים ארויסגיין פונעם טיש איז דער רבי צוגעגאנגען צום טישל וואו עס זענען געשטאנען די עסקני קרן 'אור חיים', וואס איז נקראת על שמו פונעם בעל ההילולא, און אנגעוואונטשן די חשובע עסקנים.



תגובות


bottom of page