top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות ישראל אנשים נשים וטף פארזאמעלט אין עיה"ת לעיקוואוד ביים גרויסן מעמד זעקת הגולה אפגעראכטן בחוצות העיר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 8 באוק׳ 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 8 באוק׳ 2024

דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעידט: אחים לאנטשעווסקי


פארלאפאנעם זונטאג א' סליחות אין די מיטאג שעות האבן רבבות ישראל זיך פארזאמעלט אויפ'ן גרויסן באדן פארנט פון מתיבתא גבוה דלעיקוואוד, צום מעמד אדיר "זעקת הגולה" וואו מען האט צוזאמען איינגעריסן מיט א געוואלדיגן התעוררות אויף דער ביטול פון די גזירה נוראה פון "גיוס בני ישיבות".


דער מעמד האט צונויפגעברענגט צענדליגער טויזנטער תושבי העיר, אנשים נשים וטף, וואס זענען געשטאנען מיט א מוסטערהאפטע ארדענונג, און אַַזוי מיטגעהאַַלטן דעם מעמד בחוצות העיר, ווען מען השמים האט זיך אזוי געפירט אז דער רעגענדיגער וועטער במשך דעם גאנצן טאג, האט זיך אפגעשטעלט הארט פאר'ן מעמד, במשך דעם גאנצן מעמד האט גארנישט גערעגענט, און אזוי האט מען רואיג געקענט מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת, האפנדיג צו פועל'ן די גרויסע ישועה פאר די טויזנטער ישיבה בחורים אין ארץ ישראל וועמענס אידישקייט איז ר"ל אין געפאר, מיט א מעגליכקייט אז מ'וועט זיי ל"ע אריינשלעפּן אין טריפה'נעם מיליטער.


צו די באשטימטע צייט האט זיך אנגעהויבן דער שטראם פון טויזנטער טויזנטער אידן וועלכע האבן איבערגעפולט די גאסן, און פילע גאסן ארום זענען געווען איבערגעפולט מיט די טויזנטער משתתפים פון אלע ישיבה'שע און חסיד'ישע קרייזן פון איבער דער גאנצע שטאט, אין שפיץ פון די גדולי הרבנים, ראשי ישיבות ורבני הקהלות שליט"א פון איבער די גאנצע שטאט.


דער מעמד איז געעפענט געווארן מיט "תפלת המנחה" ברוב עם וואָָס איז פאָָרגעדאַַווענט געוואָָרן מיט גרויס התעוררות דורך הר"ר אליעזר גאַַנז שליט"א וואָָס איז געווען א מעמד פאר זיך, צו זען ווי טויזנטער שאָָקלן זיך אויף די גאַַסן, און ענטפערן אמן און מאַַן יהא שמי' רבה מיט אַַזאַַ געוואַַלדיגן התעוררות. גלייך דערויף האָָט זיך אָָנגעהויבן דער סדר המעמד, וואָָס אַַזוי פּראָָפעסיאָָנאַַל אָָנגעפירט געוואָָרן דורך דעם חשוב'ן איש המעש הר"ר מרדכי ליווי שליט"א נאמן ביתו פונעם פיליעריגער משגיח הגאון רבי מתתי' סאָָלאָָמאָָן זצ"ל.


במשך דעם מעמד האָָט מען געזאָָגט קאַַפּיטלעך תהלים, פאָָרגעזאָָגט אין די ריי לויט'ן סדר ווי עס איז אויסגעקליבן געוואָָרן דורך הגאון ראשי הישיבה שליט"א, און פאָָרגעזאָָגט דורך די רבנים הגאונים ראשי הישיבה ורבני העיר שליט"א וואָָס פאָָרגעזאָָגט די קאַַפּיטלעך מיט א געוואַַלדיגן התעוררות. די ערשטע קאַַפּיטלעך זענען פאָָרגעזאָָגט געוואָָרן דורך די רמי"ם הג"ר מיכאל האנדלעסמאן שליט"א און הג"ר שמואל הלברשטאט שליט"א. דערנאָָך האָָט הג"ר ישראל נוימאן שליט"א ר"מ בישיבה פאָָרגעזאָָגט תהלים, זייענדיג מקדים אַַרויסצוברענגען געציילטע ווערטער בקול בכי איבער די שרעקליכע גזירה.


שפּעטער האָָט פאָָרגעזאָָגט א קאַַפּיטל תהלים כ"ק אדמו"ר מסקולען-לעיקוואָָוד שליט"א וואָָס האָָט ווייטער מעורר געווען את הלבבות מיט א געוואַַלדיגן התרגשות, און דערנאך הגה"צ רבי מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ סאַַטמאַַר-לעיקוואָָוד. עקסטער האָָט פאָָרגעזאָָגט א קאַַפּיטל תהלים הגאון רבי שמואל שוועקא שליט"א ראש ישיבה ביי די ספרד'ישע קרייזן וואָָס האָָט יעדן שטאַַרק מעורר געווען.


דאָָס התעוררות האָָט זיך געשטאַַרקט ביים הערן די דברים חוצבים פונעם ראש ישיבה הגאון רבי מלכיאל קאָָטלער שליט"א און דברים נרגשים מקרב הלב פונעם זקן ראשי ישיבות הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה-סאַַוט פאָָלסבורג, וועלכע האָָבן מיט דברים קולעים אל השערה אַַרומגערעדט איבער די ביטערע גזירה, וואָָס איז שוין נישט קיין פּלענער אויפ'ן עתיד, נאָָר עס איז שוין אַַצינד אין קראַַפט, און עס ליגט א פליכט אויף יעדן איד מיטצואווייטאגן און מתפּלל צו זיין אַַז די גזירה זאל בטל ווערן. נאָָכדעם האָָבן ביידע ראשי ישיבות ווייטער פאָָרגעזאָָגט קאַַפּיטלעך תהלים מיט א שטאַַרקן התעוררות.


דאַַן איז מען אַַריבער צום סדר "אמירת סליחות" וואָָס איז פאָָרגעזאָָגט געוואָָרן דורכ'ן ראש ישיבה הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א, וועלכער האָָט מקדים געווען ווארימע דברי התעוררות איבער דעם שווערן מצב, און דאַַן פאָָרגעזאָָגט עטליכע געקליבענע שטיקלעך פון די סליחות, ווי "ישראל נושע בה' תשועת עולמים" און די סליחה פון "שלש עשרה מדות" ביי וועלכן אידן האָָבן פאַַרגעסן טייכן טרערן, ובפרט ביים מתפּלל זיין "אזכרה אלקים ואהמי' בראותי כל עיר על תלה בנוי' ועיר אלקים מושפלת עד שאול תחתי'" וואָָס האָָט אַַזוי שטאַַרק אַַרויסגעברענגט דעם מצב אויף וועלכן מען איז צוזאַַמגעקומען מתפּלל זיין.


דאַַן האָָט מען געהערט די דרשה נלהבה פון הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבה עטרת שלמה אין ארץ ישראל, וועלכער האָָט אַַרומגערעדט איבער די קבלות טובות וואָָס מען דאַַרף זיך מקבל זיין לביטול רוע הגזירה, ובפרט אַַליינס צו זיין נזהר בכבוד התורה, און דאַַן האָָט ער פאָָרגעזאָָגט די ערשטע פּסוקים פון די פּסוקי היחוד מיט גרויס התרגשות. מיט אמירת "ה' מלך" און "קדיש" איז מכובד געוואָָרן הגאון רבי דוד שוסטאַַל שליט"א ראש הישיבה, וואָָס האָָט פאָָרגעזאָָגט מיט אן אש להבה, און דער קול פון די טויזנטער וואָָס האָָבן צוזאַַמען אויסגעשריגן די פּסוקי היחוד ועניית אמן האָָט אָָפּגעדינערט אויף גאַַסן אַַוועק.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page