top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחר יהיה האות הזה: לעצטע הכנות אין קרית וויזניץ צום היסטארישן הכנסת ספר תורה פון האד' מוויזניץ

  • 20 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

די הערצער פון אלפי חסידי וויזניץ בכל מקומות מושבותיהם שטורעמען מיט אומגעהויערע רגשי גילה וחדוה, שטייענדיג בלויז געציילטע שעה'ן בעפאר די היסטארישע חגיגת הכנסת ספר תורה, וואס וועט איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים פון חצר הקודש וויזניץ, ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט אריינפירן זיין אייגענעם ספר תורה להיכל השם מארגן ערב יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו.


קרית וויזניץ אין בני ברק האט פושט ולובש צורה געווען לכבוד המאורע, די גאסן זענען הערליך באצירט מיט מאסיווע פלאקאטן, באלייכטונגען און לעקטערס וואס ברענגען ארויס די געוואלדיגע שמחה ביז אין די העכסטע ספערן. אויך אינעם היכל ביהמ"ד הגדול זעלבסט זעט מען שוין די לעצטע פיבערהאפטיגע הכנות, וואו מען האט באצירט דעם היכל מיט הערליכע בלימען און פראכטפולע שילדן פון אלע זייטן, און ספעציעל איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע פלאטפארמע פארן רבי'ן שליט"א, אין צוגאב צו טויזנטער זיצן און הויעך שטאקיגע פארענטשעס איבערן גאנצן שטח כדי צו קענען אקאמאדירן די מאסן חסידים פון אלע עקן וועלט.


אויפן גרויסן שטח פארנט פון ביהמ"ד הגדול איז צוגעגרייט געווארן הונדערטער זיץ-פלעצער און הויכע פארענטשעס ספעציעל פארן מעמד "בנינו ערבים לנו" געווידמעט פאר די טויזנטער צאן קדשים.


אין די זעלבע צייט ארבעטן די עסקנים פון וועד הכנסת אורחים רונדע דעם זייגער צו פארזיכערן אכסניות און אש"ל מלא פאר די טויזנטער חסידים וואס וועלן מיטהאלטן דעם דאפלטן יום טוב קבלת התורה אינעם וויזניצער הויף.


דער סדר המעמדים וועט זיך אנהייבן היינט מיטוואך נאכט ביים גרויסארטיגן מעמד 'מלכות שבמלכות' וואס וועט פארקומען ברוב פאר והדר אינעם ביהמ"ד הגדול, דער רבי שליט"א וועט אריינקומען צו תפילת מעריב און די לעצטע ספירת העומר, נאכגעפאלגט מיטן היסטארישן מעמד סיום כתיבת האותיות און א מסיבת לחיים בשיר ושבחה.


מארגן דאנערשטאג, ערב יום טוב שבועות, וועט דער רבי אריינקומען צו שחרית ברוב עם, לרגל די הנחת תפילין פונעם רבינ'ס עלטסטע אור-אייניקל בן אחר בן, א זון פון זיין אייניקל הרב ליפא האגער, זון פון בנו הגדול הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט''א, וואו עס וועט פארקומען א שולחן לחיים נאכן דאווענען.


שפעטער נאכמיטאג ארום 5:00 אזייגער וועט זיך אנהייבן דער מעמד "בנינו ערבים לנו" פאר די קינדער אויפן באדן פונעם ביהמ"ד, און אום 5:45 וועט דער רבי שליט"א ערשיינען צום גרויסן מעמד "מלך במסיבו", ווען דער רבי שליט"א וועט אריינפירן דעם ספר תורה להיכל ביהמ"ד הגדול און אפרעכטן די ריקודין קדישין בקול רינה ותודה והמון חוגג ביז תפילת מנחה.


די הויכפונקט פון די שמחה וועט געפראוועט ווערן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם מוצאי שבת קודש אסרו חג שבועות, ביים גרויסן נעילת החג טיש, וואו עס וועט געפראוועט ווערן די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט די שמחת הבר מצוה פונעם רבינס אור אייניקל, באגלייט מיט לעבעדיגע מוזיק און ריקודין עילאין לכבוד שמחת התורה.



תגובות


bottom of page