top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבע ברכות אין וויזניצער הויף צוגעשטעלט דורך מכון "אור פני משה" להפצת דברי תורתו פונעם ישועות משה

  • 15 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

א ספעציעלע מסיבת שבע ברכות איז פאריגע וואך מאנטאג פארגעקומען לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, צוגעשטעלט דורך מכון אור פני משה להפצת דברי תורתו פון הרה''ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, געווידמעט פאר די תומכים און מיטארבעטער אין די מכון.


די שמחה איז געווארן אנגעפירט דורך המשפיע הגה"ח ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, און דער נואם הכבוד איז געווען הגה"ח ר' מענדל טאבאק שליט"א, רב ק"ק וויזניץ אין עפולה, וועלכער איז געווען פון די תורה שרייבערס ביים רבי'ן די ישועות משה. ער האט ברייט אויסגעשמועסט די געוואלדיגע זכיה און די מעלה פון שרייבן און פארשפרייטן די דאזיגע דברי תורה, וועמענ'ס השפעה און פירות זעען זיך אן נאך ביז היינט אין אלע עקן וועלט.


במשך די שמחה איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וועמען זיין שוואגער דער וויזניצער רבי שליט"א האט אויפגענומען מיט גרויס כבוד און הערצה. דער טשערנאבילער רבי האט געטרונקען לחיים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ מיט די חתן און מיט זיין שוואגער דער רבי שליט"א.

ס'האבן אויך אנטייל גענומען אישי ציבור, צווישן זיי חבר הכנסת הרב יצחק גאלדקנאפף און חבר הכנסת הרב משה גפני, וועמען דער רבי האט מחזק געווען פאר זייער ווייטגרייכנדע עסקנות לטובת הכלל.


במשך די שמחה האט דער בדחן הרב פנחס גרינפעלד געזונגען שיינע חרוזים, ארויסברענגענדיג זכרונות הוד פונעם רבי'ן די ישועות משה. דערנאך האט דער בדחן הרב מאיר שטיין משמח געווען די באטייליגטע לכבוד שמחת חתן וכלה.


נאך ברכת המזון זענען אלע נדיבים בעם אריבער מקבל זיין א שיינע מתנה, דעם ספר "וידעת היום" פונעם ישועות משה, וואס דער רבי שליט"א האט פארטיילט פאר יעדן פון די משתתפים פערזענליך, באגלייט מיט ברכות קדשו. די שמחה איז געשלאסן געווארן מיט א שיינעם ריקוד דורך'ן רבי'ן שליט"א, די חתן און מחותנים.



תגובות


bottom of page