top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכער באזוך פון הגאון האדיר רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביי האד' מבעלזא

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות קבלת התורה איז מרן הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכן איבערגעבן א שיחת הכנה ליום טוב שבועות אין די בארימטער חברון'ער ישיבה אין ירושלים.


מען האט דערלאנגט טיי, און עס איז דערביי פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס וואו דער רב שליט"א האט אויסגעפרעגט דעם ראש הישיבה איבער זיינע זכרונות פון די בחורישע יארן ווען ער האט געלערנט אין די לעיקוואדער ישיבה ביים גרויסן גאון רבי אהרן קאטלער זצ''ל.


דער ראש הישיבה האט אויך באטאנט אז זיין זיידע רבי משה הלל הירש ז"ל, נאך וועמען ער הייסט, איז געווען א בעלזער חסיד און פלעגט פארן זיך מסתופף זיין ביי די בעלזער רבי'ס זי"ע. ער פלעגט פארן פון אונגארן קיין בעלזא בעיקר אויף יום טוב שבועות.


ער האט צוגעגעבן אז אין די סלאבודקא ישיבה לערנען הונדערטער חסידישע בחורים, און א טייל פון די משיבים אין דעם חסידישן אפטיילונג פון ישבה זענען בעלזער יונגעלייט.


בין הדברים דער ראש הישיבה אויך דעמאנט זיין רעבעצען לרפואה שלימה און צוגעגעבן אז ער האט צוליב דעם נישט מיטגעהאלטן די נסיעה דורך די גדולי התורה קיין דרום אמעריקא לטובת דער קרן עולם התורה.


אין דעם געלעגנהייט האט דער בעלזער רב שליט"א אויסגעדרוקט זיין הכרת הטוב פארן ראש הישיבה וועלכע איז עומד בראש פון די קרן עולם התורה, וואס דער בעלזער מוסדות טוען דערפון נהנה זיין, אין צוגלייך צו די הונדערטער מוסדות התורה והחינוך פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע מוטשען זיך צו דעקן דעם בודזשעט אין ליכט פונעם גזירת הגיוס. מענין לענין האט מען געשמועסט איבער די ריבוי פון תורה בימינו אלה, און במיוחד ביי ארבעטסלייט און בעלי בתים, וועלכע לערנען פאר שיעורים און געבן ארויס ספרים, אן ערשיינונג וואס מען האט נישט געזעהן אין די דורות הקודמים. צום שלוס האבן זיך די צוויי גדולי ומנהיגי ישראל געוואונטשן בברכות לרוב און דער רב שליט"א האט געהייסן דעם גבאי'ן הרב שמעון וואלף קליין ארויסצובאגלייטן דעם ראש הישיבה בכבוד הראוי.



bottom of page