top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער באזוך פון האד' מקאלוב לרפו"ש בבית מחותנו האד' מסקווירא

  • לפני 43 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפענעם ליל שישי שפעט ביינאכט נאכן זיך משתתף זיין ביי דער שמחת החתונה פון אן אור אייניקל אין די עטרת טשארנא זאלן בגלילות שיכון סקווירא, איז כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש געקומען אויף א ביקור נימוסין ביי מחותנו כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


דער סקווירא רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט מיט גרויס פרייד. דער קאלובער רבי איז געווען באגלייט דורך בנו הגה"צ ר' ישכר דוב טויב שליט"א אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג און זיין איידעם הגה"צ ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט"א אבד"ק שמן למנחה נאדפאלי.


עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס פון ארום צוואנציג מינוט, וואו דער רבי האט מיט גרויס הערצה ארויסגעהויבן די הערליכע פעולות לטובה פונעם קאלובער רבי'ן שליט"א איבער דער גאנצער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, און די קינדער פונעם קאלובער רבי'ן האבן דערציילט עטליכע שיינע סיפורים ארום דער געוואלדיגער השפעה פונעם קאלובער רבי'ן אויף אידישע קינדער אין פראנקרייך, ארגענטינע און נאך פארשידענע ערטער בארבע כנפות הארץ.


דורכאויס דעם שמועס האט מען אויך ארומגערעדט איבער די שרעקליכע טעכנאלאגישע נסיונות פונעם דור, וואו דער רבי האט דערמאנט אז אפילו די אומות העולם און הויכראנגיקע גויאישע פאליטיקאנטן אין אמעריקע דריקן זיך אויס מיט זארג איבער דעם מצב, באטאנענדיג אז דאס האט א שעדליכע השפעה סיי ביי אידן און סיי ביי להבדיל די אומות העולם.


דער רבי האט מכבד געווען די חשוב'ע געסט מיט פירות און אנגעוואונטשן ווארימע ברכות לרוב, ובפרט האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פאר'ן קאלובער רבי'ן לרפואה שלימה, און מנדב געווען א סכום הגון אלס השתתפות אין די הייליגע פעולות לקירוב רחוקים.


ביים געזעגענען האט דער רבי שטארק באדאנקט דעם קאלובער רבי'ן פאר דער טירחה פון אריינקומען באזוכן און האט אים ארויסבגלייט מיט גרויס כבוד און הערצה.



bottom of page