בשורה טובה: בוי-פערמיטן פאר'ן נייעם קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר באשטעטיגט
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 14 שעות
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אומגעהויערע שמחה האבן חסידי סקווירא בכל אתר ואתר אויפגענומען די פריידיגע בשורה מרנינה, וואס איז געמאלדן געווארן דורך די וועד ההנהלה פונעם נייעם גיגאנטישן קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדזאר, ניו יארק, אז נאך א לאנג פארצווייגטע פראצעדור און אומערמידליכע השתדלות און לעגאלע אפהאנדלונגען דורך די געטרייע הנהלה און עסקנים, האט מען נעכטן מיטוואך בשעה טובה ומוצלחת ערהאלטן די אפיציעלע בוי-פערמיטן צו קענען פאקטיש אנהויבן די מלאכת הבני' ביים קרית הישיבות.
דער דאזיגער גליקליכער מאמענט איז א שריט פאראויס נאכפאלגנדיג די מאסיווע קאמפיין "והראנו בבנינו" וואס איז אונטערגענומען געווארן בברכתו און אונטער דער דירעקטער הדרכה פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אויפצובויען דעם נייעם גיגאנטישן קאמפלעקס, אין וועלכן חסידי סקווירא אומעטום האבן גענומען א חלק להגדיל תורה ולהאדירה.
ווי ברייט באריכטערט איז מיט איבער א יאר צוריק געשלאסן געווארן דער היסטארישער מקח אויפן גיגאנטישן שטח צו דינען אלס פאסיגן אכסניא של תורה פאר די סניפי ישיבה גדולה סקווירא וועלכע זענען ביז היינט געווען קווארטירט אין געדינגענע לאקאלן אינדרויסן פון שיכון סקווירא.
דער פראיעקט, וואס אנטהאלט א ריזן שטח רחבת ידים פון צוויי-און-צוואנציג אקער לאנד נישט ווייט פונעם סטוארט לופטפעלד און איז אפגעקויפט געווארן פאר די מעגא סומע פון דרייצן מיליאן דאלאר, פארמאגט שוין גרעסערע עקזיסטירנדע בנינים מיט גרויסע זאלן און היכלים וואס זענען געאייגנט איבערצובויען פאר די באדערפענישן פון א ישיבה גדולה מחוץ לשיכון, אין א שטילן און באשיידענעם פלאץ וואס איז גאר פאסיג אויסגעשטעלט פאר די בחורי חמד צו קענען שטייגן און הארעווען אן קיין שום שטערונגען.
אצינד, ווען די וויכטיגע ביוראקראטישע פערמיטן זענען שוין אין א מזל'דיגע שעה באשטעטיגט געווארן, איז דער וועג אפן פאר די קאנטראקטארס און בילדערס ארויסצוגיין אויפ'ן שטח און אנהויבן די העפטיגע רענאוואציעס און די פאקטישע מלאכת הבני', האפנדיג צו קענען בקרוב ממש פארענדיגן די גאנצע ארבעט כראוי וכיאות, כדי די הונדערטער תלמידים זאלן קענען דארט אריינמופן און עוסק זיין בתורה ובעבודה מתוך הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.






תגובות