בריך מתייך לשלום: ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אנגעקומען קיין ניו יארק | בילדער
- 19 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בכבוד והערצה האבן תושבי ארצות הברית מקבל געווען בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ הקודש, מרן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א, וועלכער האט דעם דאנערשטאג געלאנדעט אין ניו יארק אויף א קורצע ביקור חיזוק בקרב עדת צאן מרעיתו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער ראש ישיבה געלאנדעט אין די קענעדי לופטפעלד, וואו עס האבן אפגעווארט א קבוצה נכבדה מראשי ופני העדה.
דער ראש ישיבה איז אריינגעפארן קיין בארא פארק לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מאיר מעלניק הי"ו עמוד התווך פון מוסדות פני פנחם, און ארום ניין אזייגער ערשינען צו תפילת מעריב אין די עטרת חיה זאלן אין בארא פארק וואס איז ארויסגעדינגען געווארן לכבוד דעם באזוך, נאך מעריב זענען די הונדערטער חסידים דורך שלום נעמען פונעם ראש הישיבה און זיין ברודער הגאון רבי דניאל אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם.
שפעטער ביינאכט האט זיך דער ראש הישיבה שליט"א משתתף געווען ביי א שמחת התנאים פון צוויי אינגעלייט חברי הקהלה אין די עטרת גאלדא זאל וואו ער האט משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד די שמחה. פרייטאג ערב שבת אינדערפרי ראש חודש איז דער ראש הישיבה אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם זאל. ביים ליינען האט ער עולה געווען לתורה און גומל געבענטשט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש וואו מען האט געהאט די זכי' צו הערן דברי תורה מעניני דיומא. אין לויף פונעם טאג האט דער ראש הישיבה שליט''א אויפגענומען דעם ציבור אינעם חדר הפרטי אינעם זאל, די זמני כניסה האבן זיך פארצויגן לענגערע שעות נאכאנאנד זייענדיג א געלעגנהייט פארן עולם אריינצוגיין און נהנה זיין עצה ותושי' פונעם ראש ישיבה.



































תגובות