top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נסיעה רוממה דורך האד' מקרעטשניף ק"ג לקברי אבותיו אין אייראפע; געהויבענעם שבת הילולא אין שטאט פרעמישלאן

  • לפני 23 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך האט כ״ק אדמו״ר מקרעטשניף קרית גת שליט״א, אונטערגענומען א מסע הקודש צו די קברי אבות אין אייראפע לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם צדיק ופועל ישועות הרה״ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי״ע.


מיטוואך במדבר נאכמיטאג האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין אונגארן, אין באגלייטונג פון א ענגע צאל מקורבים ובני המשפחה.


דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט תפילת שחרית אינעם גרויסן בית המדרש אין בודאפעסט. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט סיגעט אריבער די גרעניץ אין ראמניע. אנקומענדיג אהין, איז דער רבי אריבער צום שוהל־הויף, וואו ער האט געדאווענט מנחה בעיצומו של יומא דהילולא פון זקנו הרה״ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף זי״ע הי״ד וואס האט ווי באקאנט געוואוינט אין דער שטאט סיגוט.דערנאך איז דער רבי צוגעגאגנען צום ארט וואו עס איז געשטאנען דאס ביהמ''ד און הויז פונעם זיידן דער בעל ההילולא און דארט מתפלל געווען א תפילה חרישת.פון דארט איז מען געפארן די קורצע נסיעה קיין קרעטשניף וואו עס איז מקום מנוחת קדשו פון הרה''ק רבי מאירל קרעטשניפער זי''ע. נאכן עלייה לציון האט דער רבי אפגעשטאט אינעם נייעם הכנסת אורחים אין שטאט קרעטשניף.


ליל שישי איז דער רבי אנגעקומען קיין בישטינא וואו מען האט געדאווענט מעריב אינעם הכנסת אורחים, און אויפצומארגנס נאך שחרית פוקד געווען דעם ציון הק', וואו דער רבי האט געזאגט דעם תפילת השל"ה לרגל ערב ראש חודש סיון און געמאכט הקפות ארום דעם ציון כנהוג.


פרייטאג צופרי איז די שיירא אנגעקומען קיין פרעמישלאן, וואו דער רבי איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך מקורבו הרה״ח ר׳ ישראל הערש רייך הי״ו פון קרית יואל, דער בונה ומקים פונעם נייעם בנין הכנסת אורחים אין פרעמישלאן.


ערב שבת האט דער רבי באזוכט אין די אכסניא פונעם פעטער כ"ק האדמו״ר מפאלטישאן שליט״א, וועלכער האט אויך געוויילט איבער שבת אין שטאט פרעמישלאן.


אלע תפילות, סעודות און די עריכת השולחנות דורכאויס שבת זענען פארגעקומען אינעם גרויסן היכל פונעם פראכטפולן הכנסת אורחים בנין דורך די צוויי רבי׳ס אינאיינעם, ווען די רבי׳ס האבן אויפגעברענגט סיפורים און הנהגות פונעם בעל ההילולא זי״ע.


מוצאי שבת קודש האט דער רבי גענעכטיגט אין פרעמישלאן, און זונטאג אינדערפרי נאכן דאווענען, איז דער רבי ארויסגעגאנגען זיך משתטח זיין אויפ׳ן ציון קדשו פונעם בעל ההילולא רבי מאיר מפרעמישלאן זי״ע, וואו עס ליגט אויך זיין זיידן הרה״ק רבי ארון לייב מפרעמישלאן זי״ע. דער רבי האט געזאגט תהילים פאר עטליכע שעות ברציפות, געמאכט די הקפות כנהוג, געלייענט קוויטלעך פון חסידים און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק'. נאכדעם איז דער רבי געגאנגען צום אלטן בית החיים אין פרעמישלאן, צום ציון פון זקנו הרה״ק רבי מאיר הגדול מפרעמישלאן זי״ע.


א הארצרייסנדער מחזה איז געווען ווען די פמליה האט ארויסגעפארן צו די וועלדער ארום פרעמישלאן, אויפ׳ן ארט וואו עס געפינט זיך א גרויסער קבר אחים פון טויזנטער אידן הי״ד, וועלכע די נאציס ימ״ש האבן דארט דערשאסן דורכאויס די צווייטע וועלט־מלחמה על קידוש השם. דער רבי האט דארט אנגעצינדן נרות נשמה, געזאגט ״קל מלא רחמים״ מיט גרויסע בכיות, און מ׳האט געזונגען עטליכע ניגוני התעוררות לזכר הנשמות.


כחצות הלילה איז די שיירא אנגעקומען צום שטאט מונקאטש, בעצם ליל ההילולא קדישא פון הרה״ק בעל ה״מנחת אלעזר״ ממונקאטש זי״ע.


אנקומענדיג איז דער רבי אויפגענומען געווארן דורך ראש הקהל ר׳ אברהם לעבאוויטש הי״ו, וועלכער וואוינט אין מונקאטש, א זון פון ר׳ חיים בנימין לעבאוויטש ז״ל, וואס איז געווען פון די ערשטע חסידים פונעם רבינ׳ס טאטן, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ״ל. אויך איז ער אויפגענומען געווארן דורך הגה״צ ר׳ חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט״א, ראש ישיבת דינוב און עלטסטער זון פונעם דינובער רבי׳ן שליט״א, אן אייניקל פונעם בעל ההילולא. דער ראש ישיבה האט אויסגעדריקט גרויס שמחה, אז א דאנק דעם רבינ׳ס מנין האט מען געהאט א מנין צו מעריב צום יארצייט.


מען האט געדאווענט מעריב אינעם בית המדרש פונעם מנחת אלעזר, ווען צום עמוד איז צוגעטרעטן דער אייניקל הגה"צ ראש ישיבת דינוב שליט״א, וועלכער טראגט דעם הייליגן נאמען פונעם בעל ההילולא. נאכדעם האט מען צוגעוויזן דעם רבי׳ן דעם הויף און בית נאוה קודש פונעם מנחת אלעזר, וואו דער רבי איז אריין אין די שטוב וואו יצאה נשמתו בטהרה ובסילודין, און דארט אנגעצינדן ליכט, געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש.


מאנטאג אינדערפרי איז די שיירא אנגעקומען צוריק קיין פעסט, וואו דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם שטאטישן בית המדרש, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אויפ׳ן וועג צוריק קיין ארץ הקודש, מיטנעמענדיג השפעות טובות און ישועות פאר גאנץ כלל ישראל.




bottom of page