top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שר וגדול נפל בישראל: הגה"צ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל 'סיעתא דשמיא' נתבקש געווארן לישיבה של מעלה

מוצאי שבת פ' קרח • ל' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

בצער רב ווערט אויפגענימען די בשורה קשה איבער די פטירה פון אחד מגדולי פוסקי דורנו חסידא ופרישא הגאון הצדיק רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל מחבר ספר 'סייעתא דשמיא' וואס איז דעם שבת נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאהר נאכן זיך מוטשענעם מיט די ביטערע מחלה ה"י א לענגערע תקופה. זיין פטירה איז א פארלוסט פאר סאטמארער חסידים בפרט, זייענדיג פון די אריות שבחבורה, פון די סאמע חשובסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, זיין גאנצן לעבן איז געוועהן איין לאנגע קייט פון הרבצת התורה פארלערנענדיג שיעורים תמידין כסדרן זייענדיג א פה מפיק מרגלית און בקי נפלא בכל מכמני התורה.


דער רב זצ"ל איז געוועהן א גאון הגאונים, א מתמיד עצום און א ירא שמים מרבים, ער איז געווען דבוק מיט אן אמת אין מורה ורבו הרה״ק מסאטמאר און זיין הייליגע שיטה. איבער די גאנצע וועלט האט מען זיך גערעכנט מיט זיינס א פסק, און א ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון איהם איז שטענדיג פאררעכנט געווארן אלס תורה שלימה. דער רב זצ"ל לאזט איבער נאך זיך אן אומשאצבארע ירושה זיינע בארימטער חיבורים "סייעתא דשמיא" אויף משניות, און טייל פון די מסכתות הש"ס, וחומש רש"י, וואס זענען גאר שטארק אנגענימען געווארן צווישן אלע שיכטן און קרייזן ביי כלל ישראל.


די לוי' גייט ארויס מארגן זונטאג 10:00 פארמיטאג פון ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג באותו מקום וואו ער האט מרביץ תורה געוועהן לאלפים, פארגעלערנט זיינע קביעות'דיגע שיעורים און משפיע געוועהן מהוד תורתו פאר צענדליגער יאהרן כולם שווים לטובה, פון דארט וועט מען פירן די מיטה קיין קרית יואל יואל וואו ער וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צום ציון הק' פון מורו ורבו הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


אבל גדול ליהודים, וכל בית ישראל יבכו את השפריפה אשר שרף השם.



Comentários


bottom of page