top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה רבה און התלהבות דקדושה ביי תושבי עיר לאס אנזשעלעס צום ביקור הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני 50 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

תושבי לאס-אנדזשעלעס גרייטן זיך צו ענטפאנגען בכבוד דעם גרויסן גאסט, כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכער וועט אפשטאטן א געהויבענעם ביקור קודש אין שטאט, להשקות את הצמאים די ארטיגע חסידישע קהילה קדושה וואס האט פארבעטן דעם רבי'ן שליט"א אריינצובלאזן א חיות דקדושה, מיט דעם געהויבענעם באזוך אין די שטאט און מפאר כבוד זיין אין די מוסדות והיכלי התורה אין שטאט.


די דאזיגע נסיעה ציעט שטריכן און איז א המשכה פון די אומפארגעסליכע נסיעות פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל בעל ברכות שמים, וואס פלעגט אפט באזוכן אין שטאט, און איבערלאזן הויפענעס חיזוק און התרוממות הנפש אויף א לאנגע צייט. שפעטער נאך זיין הסתלקות לחיי עולם הבא בשנת תשס"ה איז דאס פארגעזעצט געווארן דורך בנו וממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר בעל שיח חיים זצ"ל. אצינד וועט יבלחט"א דער רבי שליט"א, - וועלכע האלט א שטענדיגן קשר חזק מיט די תושבי המקום - פארזעצן די מסורת אבות, און מחזק זיין די מוסדות התורה ותושבי העיר, מיט דרשות חיזוק, און מעמדים נהדרים וביקורי נימוסין ביי רבני העיר שליט"א.


דער רבי וועט בעז"ה אנקומען אין שטאט די וואך דאנערשטאג משפטים אין די נאכמיטאג שעות. די אכסניא של כבוד וועט זיין בבית הרבני הנגיד ר' אפרים שמואל דויטש הי"ו בן הרבני הנגיד הרה"ח ר' רפאל משה יוסף שליט"א, וואס האט נאך געהאט די זכי' מכניס אורח צו זיין כ"ק אדמו"ר בעל השיח חיים זצ"ל.


במשך די נאכפאלגנדע טעג וועט פארקומען פארשידענע מעמדי חיזוק וכבוד התורה, אנגעהויבן ביי דעם מעמד קבלת פנים דאנערשטאג אויפדערנאכט אינאיינעם מיטן עריכת השלחן לרגל יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק רבי שאול בראך זצוק"ל אבד"ק קאשוי. און דערנאך דעם שבת קודש נועם הנשמות, ווי די תפילות ושלחנות הטהורות און שלש סעודות וועט געפראוועט ווערן ברוב עם הדרת מלך אין די חסידישע כולל 'היכל יחיאל יהודה'. ווי דער רבי וועט ביי רעוא דרעוין משמיע זיין דברי כיבושין לסיום ימי השובבים געפלאכטן מיט דברי דרוש ואגדה, מוסר והתחזקות.


דורכאויס זונטאג און מאנטאג וועט זיין קבלת קהל, פאר תושבי העיר, ווי אויך קלענערע מסיבות של מצוה למען החזקת הישיבה הק', ווי תושבי העיר וועלן האבן די געלעגנהייט זיך אנצושליסן מיט סכומים אדירים און ווערן א שותף מיט דעם רועה נאמן אין די החזקת המוסדות.


באזונדער וועט פארקומען א געהויבענע שולחן הטהור לרגל ראש חודש אדר, בבית הנגיד התורני הרב בערל ווייס שליט"א, ווי עס וועט זיין א געלעגנהייט פאר תושבי ורבני העיר בכלל, און די נגידים החשובים בפרט, מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמענטן, און זיך מתבשם זיין מיט דברי תורה והתרוממות הנפש לכבוד היום. דורכאויס די צייט וועט דער רבי שליט"א משמיע זיין מדברותיו הנעימים, מיט דברי הכנה וחיזוק צו חודש אדר און יום טוב פורים הבעל"ט.


דינסטאג פארמיטאג ווען דער רבי וועט פארלאזן די שטאט אויפ'ן וועג אהיים לביתו נאוה קודש. איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה אויף א לענגערע תקופה ביי תושבי העיר.



bottom of page