דינסטאג פ' כי תשא • י"ח אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער
פארלאפענעם מיטוואך אויפדערנאכט איז כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי צום נייעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי צאנז קלוינזבורג ווי די רבי האט מפאר געוועהן ביים שמחת השבע ברכות וואס די קהילה האט צוגעשטעלט לכבודו פונעם דיין הקהילה הגה''צ רבי ישכר דוב ווידער שליט"א דומ''ץ צאנז קלויזנבורג מאנסי. מען האט מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן בשירה וזמרה, די רבי האט געטרינקען לחיים אין אנגעוואונטשן די חתן אין מחותנים אין דאן משמיע געוועהן לענגערע דברות קודש אין דברי חיזוק פאר קהל עדת צאן מרעיתו אין מאנסי, די רבי האט ארומגערעט בשבח הקהילה אין מוסדות אין מאנסי, אין אויסגערימט די חתן אין מחותנים אין דערמאנט זיין שווער די לינזער רב זצ''ל וואס איז א זיידע ביי די שמחה. די רבי האט אויך באדאנקט דעם נדיב ר' הערשל רייכמאן עמוד התווך פון קהילת ומוסדות צאנז קלוינזבורג וועלכע האט בנדבת ליבו הטוב אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם נייעם פראכטפולן ביהמ''ד המרכזי אין מאנסי אין אלע אנדערע נדבנים אין עסקנים וועלכע האבן צוגעלייגט א פלייצע.
נאכן בענטשן האט די רבי געזאגט די שבע ברכות אין זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיט די חתן אין מחותנים, דערנאך איז די גאנצער ציבור דורך שלום נעמען.
Comments