הילולא קדישא בחצה"ק ראחמיסטריווקא פארצויגן גאנצע מעת לעת מלא כיסופין און התרוממות הנפש
- Bechatzros admin
- 22 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 22 ביוני
זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
דעם מיטוואך כ''ב סיון איז אפגעצייכנט געווארן ביי חסידי ראחמסטריווקא די 21'סטע הילולא קדישא פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמסטריווקא זצוק"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א.
דינסטאג נאכט בליל ההילולא אום 1:30 אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און מכבד געווען הרה"ג רבי יעקב וויינגארטן שליט"א בעל מחבר "סידור המפורש" א חברותא פונעם בעל ההילולא פארצולערנען משניות, און די רבי האט געזאגט קדיש, שפעטער האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו מעריב בהתלהבות דקדושה כדרכו.
א שעה דערויף אום 5:30 פארטאגס האט די רבי זיך געשטעלט דאווענען שחרית כותיקין, ווי דער רבי האט געדאוונט פארן עמוד. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, משמיע געווען סיפורים ועובדות פון אביו הגדול די בעל ההילולא און פארגעלערנט משניות, עס האט זיך פארצויגן ביז חצות היום.
שפעטער ארום פינעף אזייגער נאכמיטאג האט די רבי געדאוונט מנחה פארן עמוד, און נאך א קארצע הפסקה איז די רבי ארויסגעפארן צום הר הזיתים נאך א צייט אפשניט פון דריי יאהר וואס די רבי האט נישט פוקד געווען די ציון הקדוש אין טאג פונעם יארצייט, די רבי איז אנגעקומען צום ציון אינאיינעם מיט פילע חסידים, זקנים עם נערים, וועלכע האבן "עולה רגל" געווען און געקומען מתפלל זיין ביים ציון המצוינת בהאי יומא רבה אינעם אוהל אדמור"י בית ראחמסטריווקא במרומי הר הזיתים להפקד בדבר ישועה ורחמים.
ביים אנקומען האט די רבי געצינדן די נר תמיד וואס ברענט א גאנץ יאהר ביים ציון, און דערנאך פארגעזאגט די טשערנאבילער קאפיטלעך תהילים כנהוג, און פארגעלערנט משניות. נאך קדיש האט די רבי געשריבן די קוויטלעך פון די בני המשפחה, און שופך שיח געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט, נאך גאנצע דריי שעה האט די רבי פארלאזט הר הזיתים, און דאן געדאווענט מעריב פארן עמוד אין ביהמ"ד, כמנהגו מוצאי יארצייט.
בשעה 12:00 איז די רבי אריינגעקומען און זיך געוואשן צום סעודת ההילולא רבתי וואו די רבי האט מעריך געווען שולחנו הטהור אין גרויסן ביהמ"ד באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט אפגעראכטן עבודת קדשו באחרית ימיו.
צו דער זייט פון רב'ין זענען געזעצן די שוואגערס חתני בעל ההילולא הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמסטריווקא בני ברק און הרה"צ ר' בן ציון ראבינאוויטש שליט"א
במשך דעם טיש האבן פילע חסידים מסיים געווען מסכתות לעילוי נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל, און די רבי האט געוואונטשן לחיים מיט ווארימע ברכות בזכותו הגדול של בעל ההילולא. עס איז שוין געווען נאך פיר אזייגער פארטאגס ווען די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.





























תגובות