רבבות ישראל פוקד געווען ציון הק' אין ליזענסק ביומא דהילולא כ"א אדר | ברייטע דעקונג
- לפני 8 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי קופרשטוק - טיפ הפקות
א געוואלדיגע התעוררות האט געהערשט דעם דינסטאג, כ"א אדר, אין דער שטאט ליזענסק וואו מאסן אידן פון איבער דער גארער וועלט האבן פוקד געווען דעם ציון קודש הקדשים פונעם רבן של ישראל, דער רבי פון אלע רבי'ס, הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע ועכי"א, און דארט איינגעריסן בדמעות שליש פועל'נדיג ישועות ורפואות בזכות דעם בעל ההילולא.
כ"א אדר איז דער טאג וואס ברענגט ארויף גאר התרגשות'דיגע געפילן ביי גאנץ כלל ישראל בכלל. ספעציעל ביי די טויזנטער אידן וואס האבן שוין געהאט די זכי' פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש דער מקור הישועות ביומא דהילולא. דער טאג איז שוין דורות לאנג פארהייליגט ביי אלע חסידישע אידן איבער דער וועלט און איז פון די גרעסטע מקומות התפילה וואו אידן קומען זיך צונויף יאר יערליך איינרייסן מיט תפילה און ווערן נאך היינט צו טאגס געהאלפן דארט אין זכות פונעם גרויסן צדיק.
אויך דאס יאר האבן זיך טויזנטער אידן געגרייט צו פארן קיין ליזענסק, אבער אינצווישן האט ליידער אויסגעבראכן דער שווערער קריג אינעם מיטל־מזרח ראיאן, וואס האט פארקריפלט די וועגן בכלל, ובפרט פאר אידן פון ארה״ק וואו דער לופטפעלד איז פארשלאסן, און ס׳איז כמעט אין יוצא ואין בא.
אידן פון ארה״ק מיט א שטארקן השתוקקות אנצוקומען קיין ליזענסק, האבן פארט געטראפן פארשידענע וועגן און אומוועגן, מאכנדיג לאנגע רייזעס דורך פארשידענע גרעניצן ארום ארה״ק פון וואו עס איז יא מעגליך צו פארלאזן דאס לאנד, און דורך דארט געמאכט דעם וועג קיין פוילן, אנצוקומען קיין ליזענסק בעתו ובזמנו.
דארונטער א צאל רבנים ואדמורי״ם שליט״א וואס פארן בקביעות קיין ליזענסק אויף די הילולא קדישא, און האבן אויך דאס יאר נישט אויסגעלאזט פון קומען קיין ליזענסק, טייל זענען געפארן פריוואט בעת אנדערע זענען געפארן מיט גרופעס און מסודר'דיגע קבוצות.
במשך דעם גאנצן זונטאג און מאנטאג האט מען געזען אין די לופטפעלדער אין ניו יארק הונדערטער אידן וואס האבן געמאכט זייער וועג קיין ליזענסק. די פלי־געזעלשאפט זענען געפלויגן גלייך ביז ווארשא, בעת אנדערע זענען געפלויגן מיט א סטאפ און זיך אפגעשטעלט אין ווארשא, קראקע צי אין ריישא אדער אין די לופטפעלדער אין די ארומיגע מדינות.
די הכנסת אורחים ליזענסק האט ווי אלע יארן צוגעגרייט אין דער שטאט ליזענסק די פראכטפולע באלויכטענע בתי מדרשים וואו ס'האבן זיך געשטעלט נאכאנאנד מנינים פאר שחרית מנחה ומעריב. די מקוה זיך צו קענען מטהר זיין איידער מ'גייט ארויף צום ציון הק', און באזונדער די סעודות ביד רחבה אויף א ריזיגן פארנעם לזכר נשמתו הטהורה פונעם גרויסן בעל ההילולא.
ווי אלע יארן איז דאס התעוררות ביים ציון הק' געווען בוקע רקיעים. אידן האבן איינגעריסן מיט אויסטערלישע התרגשות און השתפכות הנפש אינעם פול־געפאקטן אוהל הק'.
אויף אלע מקומות איבער דער גארער וועלט זענען אפגעהאלטן געווארן סעודות הילולא, און אידן זענען ארויס צו די ציונים, מקום מנוחת הצדיקים במקומות מושבותיהם, ובפרט צו די ציונים פון די צדיקים נכדי בעל ההילולא זי״ע, מתפלל צו זיין בזכותו הגדול.










































































































תגובות