טויזנטער חסידים לעבן ווידער מיט געהויבענע חתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
- 25 בפבר׳
- זמן קריאה 5 דקות
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה ב.
וחסידים ברינה יגילו, האבן פילע טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר זיך ווידעראמאל מיטגעפרייט ביי דער גרויסארטיגער "שמחת החתונה" בחצר הקודש סאטמאר, וועלכע איז געפייערט געווארן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג פארלאפענעם מיטוואך אוונט אינעם באנייטן היכל בית המדרש הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג. ווי ביי די פאריגע שמחות איז דאס ביהמ"ד אויסגעשטעלט געווארן אויף א גאר בכבוד'יגן און מלכות'דיגן אויסלייג, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום אויף אלע זייטן, צו קענען אקאמאדירן די פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, אברכים ובחורי חמד.
עס איז בשעטומ"צ אונטער דער חופה געגאנגען החתן נכדו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א זון פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' יצחק ראזענבערגער שליט"א רב ביהמ"ד סאטמאר ליע גארדענס, זון פון הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' נפתלי מייזליש שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק אוהעל מאנסי שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ ווילאמסבורג זצ"ל.
די געהויבענע שמחה האט זיך אנגעהויבן ארום 6:00 אזייגער נאכמיטאג ווען דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאווה קודש צו תפילת מנחה, און דערנאך זענען הונדערטער חסידים אריבער דעם רבי'ן זיך בענטשן און איבערנעמען ברכת קדשו ביום החופה.
דער מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען אינעם זאל פון "ויואל משה", וואו מען האט אנגעהויבן די געהויבענע שמחה אין אן ערנסטע אטמאספערע. נאכן זינגען ניגוני התעוררות האט הרה"ג רבי שמואל ביקעל שליט"א, מרבני הכולל אין וויליאמסבורג, מיט רירנדע חרוזים ארומגערעדט איבער דער געהויבנקייט און סגולה פון אט די הייליגע מאמענטן און דערמאנט די אבות הקדושים. ער האט געבעטן דעם רבי'ן אויסצובעטן ישועות ורפואות לכל בית ישראל. דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, ווען אלס עדי כתובה האבן געדינט הנגידים ר' יחזקאל שווימער הי"ו, חבר הנהלת מוסדות סאטמאר ירושלים, און ר' שמואל קליין הי"ו. דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור. נאכן קבלת פנים איז מען ארויס צום באדעקן, וואו דער רבי האט אנגעטון דעם קיטל פארן חתן, געלייגט די אש און אים געבענטשט.
דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה אויפן גרויסן פארקינג לאט פארנט פונעם זאל. עס איז געווען אינטערסאנט צו באמערקן אז טראץ וואס עס האט גערעגנט א גאנצן טאג, האט דער רעגן אויפגעהערט פונקט ווען דער רבי איז ארויסגעקומען צום געהויבענעם מעמד החופה. נאכן זינגען די התעוררות'דיגע ניגונים האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מכבד געווען מיט סידור קידושין מחותנו דער זיידע פונעם חתן כ"ק הגה"צ גאב"ד קרית הרמ"א שליט"א, וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צו די שמחה. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מאנסי, מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער זיידע דער ראש בית אב כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק הגה"צ אב"ד איהעל מאנסי שליט"א. נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן מברכותיו הטהורות און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד מיט די חשובע זיידעס און מחותנים.
די סעודת החתונה פאר די קרובים ובני המשפחה וחסידים ואנשי מעשה איז געווען צוגעשטעלט אין ביהמ"ד הגדול, וואו תיכף נאכן סעודה האט זיך אנגעהויבן דער קייט פון געהויבענע ריקודין של מצוה בקול ששון ובקול שמחה. נאך א שטיק צייט איז דער רבי ערשינען צו דער סעודת החתונה און ענטפאנגען געווארן מיט א שטורמישן געזאנג "קול רינה וישועה באהלי צדיקים". נאכן זיך וואשן האט דער רבי געוואונטשן לחיים און ממשיך געווען מיט די ריקודין און שמחת חתן וכלה. דער חתן איז ערשינען אין ביהמ"ד און דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד לענגערע מינוטן מיט נכדו חביבו דער חתן. דער רבי האט מכבד געווען די זיידעס, מחותנים און פעטערס צו טאנצן מיט'ן חתן, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מווויזניץ מאנסי שליט"א און זיין שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, מיט וועם דער רבי איז געטאנצן א באזונדערן ריקוד אויפן ניגון "ובכן צדיקים" מיט גרויס התלהבות.
אינצווישן זענען כסדר אנגעקומען גדולי ישראל ואדמו"רים ורבנים וואונטשן מזל טוב. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזען די פעטערס האדמורי"ם מקראלי, נדבורנא ביתר, מאשלוי, סערט וויזניץ לעיקוואוד, שאץ מאנסי, סטרעטין, גאב"ד סאטמאר בארא פארק, אב"ד זענטא, גאב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד ביסטריץ, אב"ד בני יששכר, אב"ד רענדיק, אב"ד זכרון נפתלי קאלוב, אב"ד גמזו, אב"ד תורת חמד וראש ישיבת נייטרא, אב"ד קאריץ, אב"ד קלעסאן. און אזוי אויך האדמורי"ם מבוהוש, בית יצחק ספינקא, אלכסנדר, קארלסבורג, קאלבסוב, נאנאש, סעליש, קאזלאוו וויליאמסבורג, באניא מאנסי, גאב"ד גרינוול, אב"ד וואדיסלאוו, אב"ד פאלטישאן, גאב"ד שאפראן, אב"ד פאיע, אב"ד מכלל יופי, אב"ד ווייטצען וומס"ב, אב"ד וויטקא, אב"ד באגאד, אב"ד אור החיים, אב"ד פאלטישאן וויליאמסבורג, אב"ד סאווראן, אב"ד גבעת שאול, אב"ד מאקאווא בארא פארק, הרה"צ ר' חיים שלום האלברשטאם בן האדמו"ר מבאבוב, הרה"צ ר' אלטר לייזער בן האדמו"ר מפשעווארסק, הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש בן גאב"ד סאטמאר ב"פ, און הרה"צ ר' הערשל מייזליש בן גאב"ד סאטמאר מאנטריאל.
די פייערליכע ריקודין אינעם נייעם היכל בית המדרש זענען געווען שעות של תענוג וקורת רוח. צווישן די רינגען האט זיך אנגעזען א גרויסע רינג פון חברי קהילת סאטמאר לי גארדנס וואס האבן זיך מיטגעפרייט בשמחתו פונעם מחותן דער רב הביהמ"ד, אזוי אויך א גרויסע רינג פון תלמידי ישיבה לצעירים סניף ד' וואו ער דינט אלס ראש ישיבה, אויך א רינג פון חסידי ומתפללי ביהמ"ד שאץ וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם מחותן מורה דרכם הרה"צ ר' נפתלי מייזליש שליט"א, און א רינג פון תלמידי ישיבת אלכסנדר וואו דער חתן ציילט זיך ממצויני הישיבה.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ביסטריץ שליט"א. די שבע ברכות זענען צעטיילט געווארן צווישן די פעטערס און קרובי המשפחה: כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ביתר שליט"א, הגה"צ רבי יעקב דוד טייטלבוים שליט"א אב"ד ישמח משה וויליאמסבורג, הגה"צ אב"ד בני יששכר שליט"א, הרה"ג רבי משה מנחם זיגלבוים שליט"א מוויען, און הרה"צ רבי דוד דוב האגער שליט"א בן האדמו"ר מווויזניץ מאנסי. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
דאן האט בדחנא דמלכא הרה"ג ר' אלעזר קליין שליט"א אויפגערופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ מיט פאסיגע און קונסטליכע חרוזין. ער האט דערמאנט זכות אבות און באטאנט מיט גרויס רגש אז דאס איז די ערשטע חתונה פון אן אייניקל ביים רבי'ן וואס טראגט שוין דעם נאמען פונעם פאטער הרה"ק בעל "ברך משה" מסאטמאר זי"ע.
דער רבי שליט"א האט דערנאך געוואונטשן לחיים און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט מען געזונגען דעם ניגון התעוררות פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב זי"ע און דעם אויסגעווייקטן "אני מאמין" ניגון. דאן איז דער רבי שליט"א אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד צום מצווה טאנץ, וואו מען האט מיט א פייער אנגעהויבן די באקאנטע סאטמארער 'זעקסטע הקפה ניגון' וואס האט ממש פארכאפט דעם גאנצן ביהמ"ד, ושלהבת עולה מאליה. ווי אלעמאל האט דער רבי שליט"א, אנגעכאפט מיט דעם חתן, מחותנים, און דער שוואגער גאב"ד סאטמאר מאנסי, זיך פארגאנגען אינעם טאנץ אהין און צוריק, ווען דאס ביהמ"ד פלאמט און ברענט. דערנאך אנכאפנדיג מיטן חתן האט דער רבי כדרכו בקודש ארומגעטאנצט דעם חלל מיט א שבח והודאה צום רבונו של עולם, "אהללה ה' בחיי".
עקסטער איז דער רבי ארויס אין א ריקוד נלהב מיט חתנו חביבו דער מחותן הגה"צ רבי יצחק ראזנבערגער שליט"א, און פון פריש האט זיך דער גאנצער ביהמ"ד געהויבן מיט א קול של שמחה וששון. עקסטער איז געווען א מחול לצדיקים מיט די חשוב'ע זיידעס הגה"צ גאב"ד קרית הרמ"א, און הגה"צ אב"ד איהעל מאנסי, און מיטן אבי הכלה, אויך א באזונדערע ריקוד מיט גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א. דערנאך מיט די אלע קינדער און אייניקלעך פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, די זרע ברך ה', און מיט די שוואגערס קינדער פון הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל, בעת די אלפי חסידים טאנצן מיט בשמחה וחדוה.
נאכן רבינס מצוה טאנץ האט מען ווייטער פארגעזעצט מיט'ן אויסרופן די געהויבענע זיידעס גאב"ד קרית הרמ"א, אב"ד איהעל מאנסי און די חשובע מחותנים. נאענט צו דריי אזייגער ביינאכט האט דער ציבור פארלאזט דאס ביהמ"ד נאך דער געהויבענער שמחה אנגעפילט מיט השפעות טובות, מרומם על כל ברכה ותהלה.



















































תגובות