top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מישועת יעקב סקולען באזוכט ביי האד' ממונקאטש לקראת הכנסת ספר תורה לזכרו פון אביו הרה"ק מסקולען זצוק"ל

  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה ב.,JDN

פארלאפאנעם סוף וואך איז כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, פערזענליך איינצולאדענען דעם רבי'ן צו די חגיגת הכנסת ספר תורה וואס וועט אי"ה אריינגעגעבן ווערן דעם קומעדיגן וואך זונטאג צו צום בית המדרש נצח ישראל סקולען אין וויליאמסבורג.


דער מונקאטשער רבי'ן פארמאגט א ספעציעלן שייכות צום ספר תורה, ווען דער רבי, זייענדיג שטארק אקטיוו אין באגלייטן דעם געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצ"ל, האט אנגעהויבן שרייבן דעם דאזיגן ספר תורה לזכותו פונעם רבי'ן זצ"ל גענוי א חודש פאר הסתלקותו לשמי מרום ה' אלול תשפ"ד, דער מונקאטשער רבי האט דאן זיך משתתף געווען מיט'ן ערשטן סכום, און האט ווארעם געבעטן אנדערע אידן אנטיילצונעמען דערין אלס זכות און רפואה פאר'ן סקולענער רבי'ן. נאך די הסתלקות האבן די עסקנים פארגעזעצט די הייליגע אונטערנעמונג צו פארענדיגן דעם ספר לזכר נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל.


אצינד זיך גרייטנדיג לגומרה של תורה האט האדמו"ר מישועת יעקב סקולען באזוכט במעון קדשו פונעם מונקאטשער רבי'ן, איינצולאדענען צום חגיגה, עס איז דערביי געשאפן געווארן א לענגערע שמועס בנועם שיח מיט שיינע אלטע זכרונות הוד קדומים פון די פריערדיגע סקולענער צדיקים לדורותיהם, צו וועמען דער מונקאטשער רבי איז שוין צענדליגער יארן אדוק בקשר של אהבה.


דער סקולענער רבי האט איבערגעגעבן פארן מונקאטשער רבי'ן דעם נייעם ספר "מאור ישראל" אויף חומש שמות, מתורתו פון זקינו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, און זיך מזכיר געווען בפתקי ופדיון. נאכן טרונקען לחיים האבן זיך די רבי'ס ווארעם געוואונטשן ברכות לרוב.



bottom of page