חסידי סקווירא אין וויליאמסבורג האלטן מיט שיינעם שבת מיט הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא
- 4 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' כי תשא • שושן פורים תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
חסידי סקווירא אין וויליאמסבורג האבן מיטגעהאלטן א הערליכע שב"ק אין שטאט אינאיינעם מיט הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון סקווירא רבין שליט"א וועלכער האט געוויילט שבת אין שטאט און מיטגעהאלטן די שיינע שמחת האויפרוף פון נכדו החתן הרב חיים מאיר שליט"א א זון פון חתנו הרה"ג רבי ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א וועלכער איז געגאנגען אונטער די חופה מיט די כלה תחי' די טאכטער פון זיין שוואגער הרה"ג רבי יצחק טווערסקי שליט"א זון פון הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א נעכטן מאנטאג אווענט אין שיכון סקווירא.
הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א האט געדאוונט די תפילות אינאיינעם מיטן חתן שליט"א און די מחותנים שליט"א און ביהמ"ד בית אהרן שליט"א וואו עס איז פארגעקומען די שמחת האויפרוף.
ליל שב"ק איז פארגעקומען א שבת אחים אין די סאטמאר'ע מיידל שולע בנין קויפמאן. הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א איז אריינגעקומען מיטן חתן שליט"א און די מחותנים שליט"א. מען האט געזונגען ניגוני שמחה, מען האט פארגעלערנט אור החיים הק', דערביי האט הרה"צ שליט"א דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים, און משולב מיט דברי תורה. דערנאך ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד שב"ק און ריקודין לכבוד די שמחה.
ביום שב"ק האט הרה"צ שליט"א געדאווענט אין ביהמ"ד בית אהרן. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא וואו חסידי סקווירא פון די גאנצע שטאט זענען געקומען אפגעבן דעם ברכת מזל טוב פארן חשובן גאסט שליט"א, אין שפיץ פון די חשובע דייני קהילה אין שטאט, הרה"ג רבי יצחק שמעון וואזנער שליט"א און נאך.
די שפיץ פונעם דערהויבענעם שב"ק איז געווען ביי שלש סעודות ווען חסידי סקווירא פון די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמגעקומען אויף רעווה דרעווין אינאיינעם מיט הרה"צ שליט"א, נאך די ווארעמע ניגונים האט הרה"צ שליט"א געזאגט דברי תורה און מעורר געווען אויף ענינים הצריכים תיקון, לימוד התורה, חיזוק אין תפילה וכדומה.
עס איז שוין געווען שפעט ווען מען האט נאך די דברי תורה זיך משמח געווען בשמחת החתן בתיפים ובחולות, הרה"צ שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט נכדו החתן שליט"א.
עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען מען האט געדאווענט תפילת ערבית און הרה"צ שליט"א האט געמאכט הבדלה. די חסידים זענען דערנאך אריבער וואונטשן א גוטע וואך באגלייט מיט אלע השפעות טובות.






















תגובות